Paragraph
Paragraph rh-ex15775a
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-3p6bfjjt
- order
- 3e
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- זאל דער אויבערשטער מצליח זיין די אלע בר-מצוות און די אלע בת-מצוות בכל המסטרך להם בכלל, ובמיוחד אז ס'קומט דער טאג, ווען ס'ווערט גערעכנט אלס א יום הולדת, אז מ'ווערט דעמאלט פון דאסניי געבארן, ס'זאל זיין מיט א נייעם מזל אין אלע ענינים, אין א נייעם מזל אויך אין לימוד התורה וקיום המצוות, דורך דערויף אויך צוגעבן נאכמערער אין דעם שכר פון די עלטערן וואס האבן זיי אויפגעאדעוועט אין דעם וועג, אז זיי זאלן האבן תוספת הצלחה אין דעם חינוך פון די קינדער אויך שפעטער, און תוספת הצלחה אין אלע זייערע ענינים. און אז די הייזערע זאלן זיין, די ריכטיקע הייזערע אויף וועלכע דער אויבערשטער זאגט ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם אין יעדער אידישע הויז, בפרט אין א הויז וואס ס'איז צוגעקומען א בר-מצוה אדער א בת-מצוה, ווערט דאך דאס א נייער אופן אין לימוד התורה און נקיום המצוות, און א נייער אופן אין דעם אויבערשטנ'ס שכר אין אלע מין וואס מ'נוצקט זיך,
- proofread
- 0