עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-evjpjqxx

kind
paragraph
order
fK
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
פארענדיקט זיך דעם חינוך דורך יעדער אידן און דורך אלע אידן, דורך זייערע נשיאים. וואס דערפאר איז נאך דערויף, אז ס'ווערט דערציילט וועגן קרבנות פון כל הנשיאים, און ס'ווערט אויך דערציילט וועגן את ההכל און דער צירוף שלהם, ווי רש'י טייטשט אפ, אז דערפון לערנט מען אפ, אז דאס איז געווען די הוכחה אז ס'איז געווען אן ענין של קודש, אז בשעת מ'האט דאס אפגעוואגן, יע זאך באזונדער, און דערנאך דער סך-הכל פון אלעמען איז געווען לא פחות ולא יתר, וואס דאס איז מערניט ווי קען זיין בקודש. איז חנוכה האט ארויסגעבראכט דער אפרעגן פון מאכן דעם סך-הכל לאחרי ווי ס'איז געווען הקרבת כל י'בי'ת הנשיאים, איז דאס געווען דוקא דעמאלט ווען ס'ענדיקט זיך ניט סתם פרשה נשא און מ'הויבט אן די קרבנות הנשיאים, אפילו ניט ווי מ'פארענדיק עם צוועלפטן נשיא, מ'דארף אויך אפ וויסן, אז זייער הקרבה איז געווען אין אזא אופן פון לא פחות ולא יתר, וואס ווען האט מען אט די הוכחה? נאך דערויף אז ס'איז דא די פסוקים פון דעם סך הכל פון אלע כלים און פון אלע קרבנות וכו און מ'זעט דאך, דאס איז לא פחות ולא יתר. איז פארשטאנדיק, אז דעמאלט ווערט דערציילט, ווארום דעמאלט איז שוין דא די תכלית השלימות
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions