עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-etmvaa7s

kind
paragraph
order
8
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דעמאלט איז, ווי דער אלטער רבי זאגט, איז דער מלך באווייזט פנים שוחקות לכולם באווייזט א שיינענדן פנים און א פריילעכן פנים צו יעדערן וואס געפינט זיך מיט אים בשדה, און נעמט-אויף זייערע בקשות, און איז ממלא זייערע בקשות, און מ'גרייט זיך אלע צוזאמען אויף גיין מיטן מלך פון דער שדה אין שטאט, און אין שטאט גופא צו היכל המלך, אין דעם ארט וואס דאס איז ספעציעל פארבונדן מיטן מלך. וואס דאס איז דאך אויך קלאר אין דעם משל, וואס מ'האט זיך איצטער געטראפן אין אן ארט וואו מ'דאוונט צו דעם אויבערשטן, און מ'האט געזאגט פסוקים פון דעם אויבערשטנ'ס תורה, און אויך איז מען דערנאך מסיים מיט ממלא זיין דער אויבערשטנ'ס מצוות בכלל און די הויבט מצוות, די מצות הצדקה, וואס דערמיט איז מען דאך מסיים דעם צוזאמענקלייבן זיך, האט מען דעמאלט די ברכה און די קלארע אנווייזונג און אפלערנונג, ביז אין אן אופן אז מ'לעבט דערמיט, ניט אין צוגאב צו מיטנעמען אלע גוטע השפעות און ווירקונגען און אימפרעשינס און החלטות טובות וואס מ'האט געמאכט אין דער צייט ווען מ'איז געווען בשדה אין די קעמפס, אז זיי זאלן דערנאך אויך ווירקן און זיין לעבעדיק, און נאכמערער צוגעבן אין דעם רצון וואס יעדער איד האט, ובפרט יעדער אידיש קינד האט, וויבאלד נשמה שנתתה כבי פהורה היא האט ער דאך זיכער דעם רצון און דעם באשלוס אויף טאן אלץ וואס דער אויבערשטער וויל, ווי געמאנט פריער דעם רמז איז מוצא שפתיך תשבון אז דאס איז כולל אין זיך אט דאס אין וועלכע א איד האלט אין איין רעדן מיט זיינע שפתיים, וואס דאס איז דער ענין פון דברי ה און מוצא שפתיך פון דעם אויבערשטן.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions