Paragraph
Paragraph rh-et8m1vvr
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-x1c6xfys
- order
- S
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- בכל העולם כולו, על ידי כל יוספו תבל, אז דאס איז א בית תפילה יקרו, כאמור, לכל העמים. און ס'קומט גלייך נאך דערויף, אויב ס'איז נאך ערקעץ וואו דא, א מעשה טוב אדער א מחשבה טוב אדער א דיבור טוב, וואס דאס דארף מען נאך אויך משלים זיין כדי אז ס'זאל קומען די גאולה אין אן אופן פון אמיתית וגם שלימה, ה, ביז אין א שלימות אין אן אופן פון תמימות, און תמימות שבת תמימות, מיט די ספירת העומר פון שנה זו, וואס זי איז דאך אין אן אופן פון שבע שבתות תמימות, כמדובר כמה פעמים, אז יעדער וואך פון דער ספירה הויבט זיך אן מיט יום ראשון און יום אחד, און דערנאך ווערט דאס נמשך אין יום שני, און שלישי און רביעי און חנישי און ששי און שביעי, און דאס ווערט בסמיכות ממש, אז מ'דארף גאר ניט ווארטן צו המשך פון ספירת העומר, נאר מ'האט שוין מתקן געווען, און מתקן געווען אין אן אופן ווי מ'זאגט גלייך נאך דער ברכה און נאך דער ספירה ממש, זאגט מען גלייך דאס שיבנה בית המקדש במהרה לעיננו,
- proofread
- 0