פסקה
פסקה rh-es4e0w0j
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-rnx2487c
- order
- OG
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווערן און ס'זאל קיין זאך ניט גיין פארלארן, און אויב אפילו ס'איז געגאנגען פארלארן גייט דער צבא און קערט אום צוריק, מעסף לכל המתנות, קערט צוריק אום, בשוית שבעי יעדער זאך צו זיין באלעבאס און צו יעדער קינד וואס געהערט צו דעם קינד, און דער קינד ווערט א גאנצער סאלדזשער, און א געזונטער סאלדזשער, און ווי דערמאנט פריער, אן עיבור יאר, א שנה תמימה, א גאנצער סאלדזשער מיט די גאנצע תמימות, דורך תורת הוי'תמימה, און דורך דערויף וואס ער פירט זיך אויף מיט תמימות, מיטן אויבערשטן, און מיט זיין פאטער און מיט זיין מלמד ומחנך, און פירט זיך אויף בתמימות מיט גאנצקייט און מיט ערלעכקייט, מיט אלע זיינע חברים אדער חבר'טעות, צוזאמען מיט תורת הוי'תמיבא, ווערט דאס, ווי מ'האט אנגעזאגט דעם ערשטן אידן צו אברהם אבינו הלך לפניו והיו תמים און דערנאך האט ער דאס געגעבן בירושה צו יעדער איד און אלע אידן, ביז סוף כל הדורות, וואס א יורש ווערט מען דאך גלייך מורשה קהילת יעקב גלייך ווי מ'ווערט געבארן, איז ער שוין א יורש פון אברהם אבינו, און דאס וואס דער אויבערשטער האט געגעבן כח אברהם'ן, את התחלכה לפני דהי'תמים באקומט ער דאס בירושה, אן קיין הארעוואניע ווערט ער אויך אין צוגעגרייט ער זאל קענען זיין אן אמת'ער תמים ווי דער אויבערשטער וויל, במילא, איז אלע זאכן וואס ער דארף ערפילן ער פילט ער דאס מיט גאנצקייט, און אלע ברכות וואס דער אויבערשטער דארף אים געבן, באקומט ער זיי אויך אין א גאנצן אופן, און נוצט דאס אויס מיט א גאנצן גוף און מיט א גאנצע נשמה, און ער שטעלט-צו דעם גאנצן און פולן נחת צו דעם פאטער און דער מוטער און דעם מלמד און די מלמדת און צו דעם מחנך און מחנכס, און מ'שטעלט אלע צוזאמען אויס, ווי מ'לייענט אין זאת הברכה, ווי איז רשי מפרש, אז נאך
- proofread
- 0