עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-eryjtxas

kind
paragraph
order
C
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
עלמוד ואתי עתיד לחדש, צי דאס איז אין נגלה צי אין דרוש צי אין רמז צי אין סוד אין תורה, זאגט תורה בפשטות, תורת אמת, אז דאס איז ניטל למשה מסיני איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת ער איז דאס מחדש, איז אט דעמאלט ווערט דאס מתחדש, ארויסגענומען דעם פרט פון דעם כלל, ווי ער איז געזאגט געווארן סיני, וכמדובר כמה פעמים, ווי אויך אין נגלה, אז ווי אזוי קען מען דא זאגן ביידע זאכן, אז דאס איז א חידוש פון א תלמיד ותיד בתוך הדורות וביחד עם זה איז דאס גאר ניט קיין חידוש, דאס איז געזאגט געווארן בשעת מתן תורה, וואס ס'איז געווען מיט טויזנטער יארן לפני זה, איז דאך איינער פון די ביאורים בזה, מתאים אויך על פי הלכה דארף דאך דאס אויך מתאים זיין? איז דאס מתאים על פי הלכה, אז ס'איז דא אן ענין וואס שטייט אין כלל, און דערנאך דארף מען ארויסנעמען אים פון כלל, וואס אמאל איז דאס א דבר לקל, קל לפי ערך אדער לפי ערך על כל פנים, און אויף דערויף אמאל דארף מען האבן אויף דערויף א השתדלות, און אמאל דארף מען האבן אויף דערויף א מוח חריף ביותר, אז ניט סתם א תלמיד ותיק, נאר דעם תלמיד ותיק עוסק הוותיק שבבותיקין. במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז דער גילוי און די התפעלות שבדבר איז אויך לא בשוה, אבער בהנוגע צו דעם תוקף זייערן, און נאך מערער דער תוקף וואס ווערט נתגלה בשעת הגילוי בפעם הראשונה, איז דאס בדוגמא ווי מ'געפינט דאס נאך מער בהדגשה בהנוגע צו שנת הקהל, אז בשעת דער מלך האט געלייענט פסק'נט דער רמב״ם אפ אלס א הלכה פשוטה, אז דאס איז כשומע מפי הגבורה, און די אלע שונים דארפן זיך פירן און מכוין זיין מיט אלע ענינים וואס ער שרייבט אויף דערויף, מיט אלע פיר לשונות,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions