עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-eqhaxzdd

kind
paragraph
order
ev
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און ניט סתם סתם סיוע, נאר סיוע וואס די ממשלה האט דארט געגעבן פון אירע געלט, אין וועלכע ס'איז אויך נכלל געווארן די געלט פון די אנדערע פעלקער וואס לעבן אין יענער מדינה, וואס די הכנסה פון א ממשלה איז דאך פון די מיסים פון די ציזן וואס מ'מאנט איין פון כל תושבי המדינה, איז דאך פארשטאנדיק, אז אויך אין די געלט וואס די ממשלה פון יענער מדינה האט אויסגעגעבן אויף געבן די מעגלעכקייט אידן, און ניט נאר געבן זיי די מעגלעכקייט, נאר מיט-העלפן אין די מעגלעכקייט, און ניט נאר מיט-העלפן נאר אויך גאר נעמען אין דערויף דעם צעד הראשון, די התחלה בזה, אז זיי זאלן גאר אנהויבן אין זייער השתדלות בזה. און יהי רצון, אזוי ווי דאס האט זיך אנגעהויבן דער עיקר בזה, און דער שטורעם בזה, בקירוב בסמיכות צו חודש אלול, ובפרט אין חודש אלול עצמו. ועוד ועיקר, ס'איז הלוך והוסיף ואור, וכאמור לעיל, א טייל פון זיי האבן זיך באזעצט אין ארצות הברית, אין יונייטעד סטעיט, איז דאך א זיכערע זאך, אז יעדער איד און אלע אידן, וואס זיינען אנגעקומען אין דער מדינה,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions