פסקה
פסקה rh-eq9fy0z0
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-at4awxq6
- order
- MX
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- צושטעלן אלץ וואס זיי דארפן האבן דורך זיינע שלוחים, וואס דאס איז יעדער איד, ובפרט א רייכער איד, קען ער דאך נאכמערער טאן און אויפטאן אין דער שליחות, ווארום דער אויבערשטער גיט אים א גרעסערע מעגלעכקייט און דער געבן אים מערער געלט. און טאן דאס אויך אין אן אופן פון שמח, אז פונקט אזוי ווי א ביזנס מאן איז האט די אמת'ע שמחה, פון הצלחה אין זיין ביזנעס, האט ער נאכמערערע שמחה וואס ער נוצט אויס די הכנסה פון דעם ביזנעס, ווי אזוי מ'דארף דאס אויסנוצן אויף געזונטע זאכן און אויף ריילעכע זאכן, עוד ועיקר אויף תורה זאכן, אויף אפגעבן לכל הפחות מאסר א צענד-חלק, און מיט א הוספה על כל פנים פון א דאלער אדער א פרוטה אויף ענינים פון דעם אויבערשטנ'ס ביזנעס, וואס דאס איז אויסהאלטן בתי כנסיות, ערטער וואו אידן דאוונען און בתי מדרשים, ערטער וואו אידן לערנען, סיי קליינע און סיי ערוואקסענע, און סיי אויך ווען דער ביזנעס מאן וויל לערנען תורה און מ'זאל אים דערביי ניט שטערן, איז דאך דעמאלט דער בעסטער פלאץ אויף דעם, אז ער גייט אוועק דעמאלט אויף די שעות אין א ישיבה
- proofread
- 0