English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

21 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1נציא. ס'איז דאך ווי באוואוסט אלעמאל איז דאך פותחין בברכה, בכלל אז מענטשן טרעפן זיך דארף מען אנהויבן אין א גוטן אופן, דורך ווינטשן אלע גוטע זאכן איינער דעם צווייטן, איז זיכער אזוי ווען אידן טרעפן זיך, וואס זיי האבן דאך אויף יעדער ענין אנווייזונגען אין דער תורה, וואס זי ווערט אנגערופן פון תורת חיים, אן אנווייזונג ווי אזוי צו אויפפירן זיך אין טאג-טעגלעכן לעבן, און די אנווייזונג באשטייט אין דעם, ווי געזאגט פריער, אז מ'דארף אנהויבן אין אן ענין של שלום, וואס שלום אין העבראש, אין לשון-קודש, האט מערערע א גרעסן אינהאלט, אנהויבנדיק דערפון אז דאס איז שלום בנישה חבירות, א גוטע באציאונג פון יעדערן מיטן אלע איבעריקע. איז דאס אויך דער אפטייטש, אז דאס איז פארבונדן מיט שלימות, וואס שלימות הייסט פערפעקשאן אויף ענגליש, אז דאס ברענגט ניט נאר א ברכה פון דעם אויבערשטן, נאר דאס ברענגט אויך אין טאג-טעגלעכן לעבן זאל מען זיין נאכמער פערפעקט ווי מ'איז געווען ביז דעמאלט. וואס דאס איז דאך במיוחד נוגע

2בשעת מ'רעדט וועגן מענטשן וואס זיי האבן מצליח געווען מיטן אויבערשטנ'ס ברכה אין זייער טאג-טעגלעכן לעבן, אויף זיינע פאלגרייכע ביזנעס-ווייט, וואס דאס באווייזט דאך, אז זיי האבן נוצן אויס זייערע מעגלעכקייטן אין א גוטן אופן, ביז אין א פערפעקטן אופן, און אזוי ווי יעדער מענטש, ווערט דאך פון אים ערווארט אז ער זאל אויסנוצן זיין לעבן אויף צו זיין א מהלך, ניט שטיין אין זעלבן צושטאנד, נאר גיין פון מחיל אל חיל אויף זיך משתדל זיין און האבן אלץ מער הצלחה ווי אזוי אויסצונוצן זיינע מעגלעכקייטן, וואס דאס איז דאך אנגעוויזן אין תורה אין מערערע ערטער, ס'האט אויך אנגעוויזן, וואס יעדער ענין איז דאך בהשגחה פרטית, יעדער טאג אין תורה האט דאך ספעציעלע פסוקים אין תורה וואס זיי זיינען פארבונדן מיט דעם טאג, וואס דאס איז פארבונדן אויך מיט דער פני דסדרה און די פרשה וואס מ'לערנט מידי יום ביום, מיט טאג טעגלאך,

3די סדר פסוקים אין תורה וואס זיי זיינען פארבונדן מיט היינטיקן טאג, וואס דאס איז דער פערטער טאג אין פרשה וזאת הברכה, הויבט זיך גלייך אן פרשה רביעי מיטן פסוק פון שמח זבולון ביצותך אז דאס איז א ספעציעלע ברכה, וואס משה רבינו האט דעמאלט געזאגט צו דעם שבט זבולון, ער האט דאס אבער אריינגעשטעלט דערנאך, אין תורה, איז דאס געווארן אן אייביקע אנווייזונג פון דעם אידישן פאלק אויף אלע דורות, ביז צו אונזער דור און נאך אונזער דור. און די אנווייזונג איז פארבונדן מיט היינטיקן טאג במיוחד, אז זבולין איז דאך געווען אט דער שבט וואס ער האט זיך אפגעגעבן פון צווישן די צוועלף שבטים פון יעקב'ס קינדער, איז ער געווען אט דער שבט דער אפדיטייל פון דעם אידישן פאלק וואס האט זיך אפגעגעבן מיט מסחר, וואס צוליב דערויף האט מען געדארפט זיין בצאתך ווי ס'איז שוין געווען אין יענע צייטן, אז כדי צו מצליח זיין אין מסחר טאר מען ניט שטיין אין דעם זעלבן פלאץ און אין זעלבן צושטאנד, נאר אז מ'דארף אלץ ארויסגיין פון זיך, פון די אייגענע באגרענצונגען, און פון די באגרענצונגע

4וואס די סביבה וואס די אומגעבונג שטעלט ארום אים, און גייט ארויס דעמאלט און גייט ארויס, האט מען דעמאלט נאך מער הצלחה, ביז וואנענט אז ס'ווערט ווי דער פסוק זאגט שמח אין זיין טאג-טעגלעכן לעבן שטייט ער אין א מצב ומעמד פון שמחה, ווארום ער זעט אז ער האט מצליח געווען אין אויסצונוצן זיינע פעיקייטן, ובפרט נאך ווי דער פסוק באווארנט דאס גלייך נאכדעם, אז סמך זבולין ביתותכי איז פארבונדן לייך מיט די ווערטער וואס שטייען נאכדעם, ויתכר אוהליך, אז אויף יעדער ענין וואס ער טוט אין מסחר פארלאזט ער זיך ניט אויף די אייגענע באהאנדלונג און באטראכטונג, נאר ער פרעגט אויך וואס זאגט תורה, צי די זיינע באשטימונגען און זיינע גייען מחיל אל חיל איז אין דערויף ניטא חס ושלום קיין ענין פון השגת גבול, און חס ושלום אן ענין וואס איז ניט פארבונדן מיט יושר, און איז יושר ווי תורה ערקלערט וואס יושר הייסט, אז ס'דארף זיין א יושר בעיני אלקים ואדם, אז ניט נאר אים ווייזט זיך אויס, אז דער אויבערשטער איז מיט אים מסכים,

5נאר ער זעט אויך, אז די מענטשן ארום אים זיינען אויך מסכים, אז זיין הנהגה איז א הנהגה ישרה, א יושד'דיקע הנהגה, און אט דעמאלט איז מען זיכער, ווי דער פסוק איז געזאגט דאך ניט נאר סמך זבולין בוצאתך ווי דער לשון אין דעם געמיינט, אז דאס איז אן אנזאג, נאר דאס איז אויך א הבטחה, אז די תורה זאגט-צו זבולון'ען, און יעדערער וואס געהערט צו דעם מקצוע, וואס ער איז א ביזנעס-מאן אדער א ביזנעס-לאידי, אז זיי וועלן האבן שמחה אין זייער ביזנעס און אין זייערע עסקים, דערפאר וואס זיי וועלן האבן אין פשטות, וועלן זיי האבן דעם מאקסימום וואס ס'קען זיין אין פראפיט, אין רווחים בזה, צוזאמען דערמיט מיטן מינימום וואס ס'קען זיין דערביי אנשטרענגונג, און בכלל און ס'איז ניטא קיין אדמת-נפש דערביי, במילא האט ער א שמחה אמיתית, און האט אויך די זיכערקייט אין דעם, אז אזוי וועט זיין ביי אים אויך ווייטער,

6וויבאלד אז ווי כאמור שטייט דאס אין איין המשך, אז ער און זיינע באוועגונגען און זיין טאג-טעגלעכן לעבן איז אין פון איינשטימונג, פון איינקלאנג מיט ישכר'ס אנווייזן, מיט דער אנווייזונג פון תורה, וואס דאס איז געווען די מקצע די זאך מיט וועלכע ישכר האט זיך פארבונדן מיט לערנען תורה, ובפרט דורך דערויף וואס יעדערער פון זבילין נעמט אין דערויף אויך איינטייל דורך דערויף וואס ער האלט אויס די אלע ערטער, די אלע מוסדות, אין וועלכע מ'לערנט מיט אידישע קינדער תורה, און מ'לערנט אויך תורה מיט אידישן ערוואקסענע אידן, עד כדי כך אז יעדער ביזנעס מאן האט דאך אויך יעדער טאג, על כל פנים א קורצע וויילע, אין וועלכע ער איז מקדיש, ער מאכט דאס הוליק אין זיין לעבן, דורך דערויף וואס דעמאלט לערנט ער תורה, און בשעת ס'איז נאך דא א פרייערער טאג, וואס דאס איז דער טאג פון שבת אדער יום-טוב אדער ראש-השנה אדער בכלל תשובה-טעג איז דעמאלט גיט ער נאכמערער צו אין זיינע זמנים וואס ער גיט אפ צו תורה, און אט דעמאלט איז ניט נאר דורך דערויף פעלט ניט ביי אים אין זיין הצלחה

7אין זיינער צייט, אין דער וואס ער גיט אפ אין זיין ביזנעס, נאר אדרבא דורך דערויף וואס ער נעמט אראפ נאך עטלעכע מינוטן אויף תורה, אויף תורה לערנען קומט ביי אים צו עטלעכע רשעות פון הצלחה אין זיין ביזנעס לעבן און אין זיין ביזנעס עסקים און אין זיין ענין דער הצלחה פון זיין ביזנעס, וואס דערפאר ברענגט דאס ביי אים צו א שמחה גדולה. פארבונדן, ווי דערמאנט פריער, אז די אנווייזונגען פון תורה במיוחד צו ביזנעס לייט, וואס דאס איז אויך דער ענין פון מאסר, ווי אנגעזאגט געווארן פון יעקב אבינו, וואס ער איז דאך איינער און דער העכסטער פון די אלע דריי אבות, וואס ער האט אנגעבעטן ביים אויבערשטן א ברכה אויף אלע זיינע זאכן, האט ער מסיים געווען די ברכה מיט א הבטחה, מיט א צוזאג, אז וכל אשר תתן לי אשר אתרענו לך אז פון יעדער הכנסה וואס ער וועט באקומען וועט ער פון דעם נט פראפיט אפגעבן לכל הפחות מאסר אויף דעם אויבערשטנ'ס ביזנעס, וואס דעם אויבערשטנ'ס ביזנעס איז דאך אויף געבן צדקה פארום און לייט, וואס זייער עיקר הבטחה איז דאך, אז דער אויבערשטער וועט זיי

8צושטעלן אלץ וואס זיי דארפן האבן דורך זיינע שלוחים, וואס דאס איז יעדער איד, ובפרט א רייכער איד, קען ער דאך נאכמערער טאן און אויפטאן אין דער שליחות, ווארום דער אויבערשטער גיט אים א גרעסערע מעגלעכקייט און דער געבן אים מערער געלט. און טאן דאס אויך אין אן אופן פון שמח, אז פונקט אזוי ווי א ביזנס מאן איז האט די אמת'ע שמחה, פון הצלחה אין זיין ביזנעס, האט ער נאכמערערע שמחה וואס ער נוצט אויס די הכנסה פון דעם ביזנעס, ווי אזוי מ'דארף דאס אויסנוצן אויף געזונטע זאכן און אויף ריילעכע זאכן, עוד ועיקר אויף תורה זאכן, אויף אפגעבן לכל הפחות מאסר א צענד-חלק, און מיט א הוספה על כל פנים פון א דאלער אדער א פרוטה אויף ענינים פון דעם אויבערשטנ'ס ביזנעס, וואס דאס איז אויסהאלטן בתי כנסיות, ערטער וואו אידן דאוונען און בתי מדרשים, ערטער וואו אידן לערנען, סיי קליינע און סיי ערוואקסענע, און סיי אויך ווען דער ביזנעס מאן וויל לערנען תורה און מ'זאל אים דערביי ניט שטערן, איז דאך דעמאלט דער בעסטער פלאץ אויף דעם, אז ער גייט אוועק דעמאלט אויף די שעות אין א ישיבה

9אדער אין אן אנדער ארט ווי א שול, וואס דארט איז ניטא קיין שטערער פון חוץ, פון אויסווייניק, און וואס אט דעמאלט איז זיין לערנען מיט מער הצלחה, און דאס איז אויך א תועלת אין ביזנעס, ווארום בשעת ער געפינט זיך אין א רואיקן ארט, און האט גענומען אויף זיך אז ער דארף אפלערנען אין תורה א באשטימטע הלכה, איז בשעת ער געפינט זיך אין א רואיקן ארט קורבן אויף דערויף אוועק ווייניקער צייט, האט ער אויך א ריווח אין זיין ביזנעס, ווארום ס'בלייבט אים נאך א צייט אויף צו מוסיף-זיין אין די ביזנעס אקטיוויטיס אין זיין טעטיקייטן, אין זיינע הסקים, און צו מוסיף-זיין מיט א רואיקע קאפ און א רואיקייט וואס איז פארבונדן מיט אמת'ע רואיקייט, וואס דאס גיט דער צוזאג וואס בשעת מ'איז פארבונדן מיט תורה האט מען דאך דעמאלט א רואייקייט, וואס דער אויבערשטער האט צוגעזאגט, אז אם בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמרו, און ווי רש יי טייטשט דאס אפ, אז דאס מיינט מען לימוד התורה, איז אט דעמאלט, ונתתי גשמיכם בעתם וועט דער אויבערשטער געבן אלע מעגלעכקייטן, אז ס'זאל זיין א הצלחה, און די הצלחה זאל זיין בעתו, אז ניט מ'זאל

10דארף מען האבן חס ושלום א דאגה פארוואס ס'האט זיך פארשפעטיקט, נאר זיי קומט אן דעמאלט ווען מ'ווארט אויף איר, און לא עיקבא מאפילו כהרף עין, אפילו אויף קיין איין רגע איז אויך דער אויבערשטער איז ניט מעכיר די הצלחה, ואדרבא ער איז נאך מוסיף אין איר, און מ'האט דעמאלט א הצלחה-דיקן יאר, ווי מ'האט אויך געבעטן אין די תפילות פון ראש השנה, און אזוי בעט מען אויך אין תפילות פון עשרת ימי תשובה, און אין דער הויפט תפילה פון אבינו מלקנו, אז ס'זאל זיין די כתיבה וחתימה טובה אין א ספר פרנסה וחלקלה, אז ס'זאל זיין א פרנסה'דיקער יאר, און די פרנסה זאל מען אויסנוצן אויף חלקלה, אויף געזונטע זאכן, ניט חס ושלום אויף מסלק זיין אויף מבטל זיין שטערונגען, נאר חלקלה אויף מוסיף זיין נאך מזון סיי קשמי און אויך רוחני, וואס אט דעמאלט האט ווי א איד בפשטות מערער הצלחה אויך אין זיין געשעפט, ווען ער האט מערער קיט-אפ נאכמערער צייט אויף לערנען תורה, און ווי געזאגט פריער, דאס נעמט ניט אראפ פון זיין קאנצענטרירונג אין דער צייט וואס ער דארף האבן אויף מצליח-זיין אין דעם מסחר כפשוטו, ואדרבא דאס איז

11נאכמערער מוסיף, אז דאס וואס על דרך הרגיל דארף אן אנדערער האבן אויף דערויף מערער צייט כדי צו קומען צו דעם ריכטיקן באשלוס אין זיינע געשעפטן, איז אזא וואס ער האט קביעות-עיתים בתורה, וואס ער האט באשטימטע צייטן יעדער טאג אויף לערנען תורה, און נאך מערער צייט אויף דעם אין טעג וואס זיי זיינען מערער פריי פון ביזנע זאכן, און פריי אין א גוטן אופן, אין א הצלחה'דיקן אופן, איז אט דעמאלט איז האט ער אין א קורצערע צייט דעם אמת'ן באשלוס ווי אזוי צו אויפפירן זיך אין זיין מסחר, אז ס'זאל זיין א מסחר הצלחה'דיקער אין אלע הינזיכטן, ובמיוחד אין דעם פשוט'ן הינזיכטן, אז ס'זאל זיין א הצלחה'דיקער ביזלעץ, ניט פארבונדן, חס ושלום, מיט קיין ענין פון אגמות-נפש, אפילו ניט פארבונדן מיט קיינע ענינים פון דאגות, אף על פי וואס ער טוט די זאך, און טוט דאך דאס אן קיינע דאגות, און טוט דאס אדרבא ווי געזאגט פריער שמח זיל, און ער טוט דאס מתוך שמחה אמיתית, אף על פי וואס דאס איז בוצאתך ער טוט דאס לאו דוקא איז בא זיך אין הויז אין זיין ביזנעס, נאר אדרבא על פי רבו אז ביזנעס זאל מצליח זיין איז דאס ניט

12טי מנהג פון סכרים, אז מ'האט דאס פאר זיך אין הויז, נאר אדרבא, א ביזנעס וואס גייט בהצלחה האט אן אפיס מחוץ לבית, אותו דער הויז, און די ביזנעס איז נאכמערער מצליח אויב ער האט דער אפיס אין נאך אין א גרעסערן אופן, און ויהי רצון, אז דער אויבערשטער זאל בענטשן יעדערן און אייך, וואס ס'האט דאך זיכער אויך א נפס אויף זיין ביזנעס אין וואס פאר אן אופן אין וואס פאר א בילדינג ס'זאל ניט זיין, אז די ביזנעס זאל אים ברענגען, אז מתוך שמחה וטוב לבב וועט ער פארברייטערן, פארגרעסערן זיין מפות, וועט צוקומען דארטן נאך חדרים, און צוקומען אין יעדער חדר נאך א צדקה פושקע, וואס דורך דערויף מאכט מען דעם אויבערשטן א שותף אויך אין דעם חדר, וויבאלד אז די צדקה פושטי גיט מען אוועק צו דעם אויבערשטן ער זאל אנפירן זיין ביזנעס, וואס דעם אויבערשטנ'ס ביזנעס איז דאך צדקה עצה הקב'ה עם ישראל, צו טאן צדקה און געבן אלע ברכות והצלחות צו יעדער אידן און צו אלע אידן, אין זייער נקצוה, אין זייער סאך, און צו ביזנעס-לייט הצלחה רבה, ווי געזאגט פריער, צוזאמען מיט שמחה

13וטוב לבב אין זייערע עסקים, און די עסקים זאלן זיין, ווי געזאגט פריער, אז דער אויבערשטער האט זיכער שוין גע'פסק'נט אין בית-דין של מעלה, נאך דעם זאגן אבינו מלקינו אין ראש השנה, ובפרט נאך, אז דערנאך האט מען דאך געזאגט אבינו מלקינו יעדער טאג פון די עשרת ימי תשובה, אחוץ דעם טאג פון שבת, וואס דעמאלט שבת טוט מען דאך ניט קיין מסחרים, האט ער אויך דעמאלט געזאגט אבינו מלקינו יעדער טאג פון די טעג וואס זיינען נאך די ראש השנה טעג, וואס צוזאמען מיט די ראש השנה טעג איז שוין דורכגעגאנגען זיבן טעג, וואס דאס איז כולל אנטקעגן יעדער טאג פון דער וואך, וואס א וואך באשטייט דאך פון זיבן טעג, האט מען איצטער דעם זיבעטן טאג אין עזרת ימי תשובה, האט מען אויך די קיום ההבטחה פון א כתיבה פון חתימה טובה אין א ספר פרנסה וחלקלה, און מ'האט אויך דערנאך די הבטחה, וואס מ'האט אויך בספר סליחה ומחילה, אז דער אויבערשטער האט זיכער פארגעבן און האט אינגאנצן מוחל-געווען אפגעווינשט די אלע חובות וואס ס'איז געווען חס ושבום, און מ'זעט דאס אויך א גאר גרויסע

14מלכיות, גרויסע גובערנאמענט, האבן זיך אנגעהויבן נעמען לעצטנס מיט אפווישן חובות וואס אנדערע גובערנאמענט זיינען זיי מחוייב, און זיי טוען דאס אויך בשמחה ובטוב לבב, זיי טוען דאס ניט קיין נויטרהייט, דערפאר וואס זיי זעען אין דערויף אויך א תועלת פאר זיך, און ווי געזאגט איז דאס דער זיבעטער טאג, וואס אזוי ווערט נמשך בא יעדערן בא יעדער בעל הסקים אין די זיבן טעג פון דער וואך, הצלחה פון דעם אויבערשטן אין די אלע זאכן וועגן וועלכע מ'האט גערעדט און געבעטן ביום ראש השנה, אנהויבנדיק פון חיים, פון דער כתיבה והחתימה טובה לשנה טובה ומסוקה, אויף א לאנגען לעבן און א רואיקן לעבן, און א פריילעכן לעבן און א געזונטן לעבן, און א לעבן דורך, געדרונגען מיט אידישקייט, וואס דאס איז נאכמערער מוסף אין דער פריילעכקייט פון א אידן, וואס וואס פאר א איד ס'זאל ניט זיין, און ניט קוקנדיק ווי ער האט זיך געפירט בעבר, איז בשעת ס'קומט די טעג פון אלול און סליחות, און דערנאך ראש השנה און עצרת ימי תשובה פירט ער זיך זיכער, ווי א איד דארף זיך פירן, וואס אידן זיינען דאך אויסגעקליבן געווארן פון דעם אויבערשטן, אז בח

15בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו, אז דער אויבערשטער האט אויסגעקליבן יעדער אידן, סיי אנשים און סיי נשים און סיי טף, אויף זיי געבן די תורה, וואס זי ווערט, ווי געזאגט, א תורת חיים א לעבעדיקע אנווייזונג אין טאג-טעגלעכן לעבן. און בפרט נאך אז ס'זעט דער ביזנעס מאן זעט, אז די פרוי זיינע, אדער בשעת די פרוי איז די ביזנעס לעדזיר זעט איר מאן, און אזוי אויך די קינדער, אז זייערע ענינים גייען בהצלחה, און אז זיי האבן אויך נאך א פרייע קאפ און פרייע צייט אויף נאכמערער צייט אויף געבן צדקה און צייט אויף לערנען תורה, ווערט דאס אויך א שנת תורה, און ס'ווערט אויך דערמיט אויך תורה הויבט זיך זיך אן מיט אן אות ת, וואס דאס איז דער לעצטער אות פון אלף-בי ת, קומט דאס צוזאמען מיט די פריערדיקע אותיות פון אלף-בי ת, אז יעדער איד, און יעדערער פון אייך בפרט ובכלל, און יעדער איד בכל מקום שהוא האט זיכער אים דער אויבערשטער שוין געבענטשט, ווארום ועמך כולם צדיקים איז צדיקים

16נכתבים ונכתמים תיכף ומיד בראש השנה, אין אלעם אויבערשטנ'ס ברכות האט יעדערער פון אייך און יעדערער פון אונז און יעדערער פון דעם אידישן פאלק האט א שנת אורה און א שנת ברכה, און א שנת גאולה, ביז גאולה האמיתית והשלימה, און א שנת דיצה וחדבה און שנת הוד והדר ושנת ועד טוב ושנת זכרונות טובות, און שנת חיים וארוכים, און שנת שנה טובה גדולה, און שנת יעודי טוב, און שנת כלכלה, הצלחה במיוחד אין די כלכלה, אין די ביזנעס, און שנת לימוד, אז די צייט וואס ער גיט-אפ אויף לערנען תורה ווערט דאס א הצלחה רבה, איז אין א קורצע צייט איז ער מצליח, און מ'פארשטייט נאך טיפער און נאך בעסער די תורה וואס ער האט געלערנט, און דערנאך אויך שנת מלכות, אז מ'גרייט זיך און מ'איז זוכה בקרוב צו מלכות דוד משיחא, און דערנאך אויך שנת ניסים, ובפרט נאך אויף דער ירא איז דאך שנת נו'אלף איז נאך אראנו ניסים און אראנו נפלאות, און שנת הייתא דשמיא, אז מ'האט דעם אויבערשטנ'ס הילף אויף יעדער שריט און טריט, און שנת עוז,

17און שנת בדות און שנת צדקה, אויף געבן נאכמערער צדקה, און שנת קדושה און שנת רוממות און שנת שמחה, און ביז שנת תורה, וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט שנת תהילה, אז יעדער איד שטייט אין א שטענדיקע דאנקן און לויבן דעם אויבערשטן פאר די ברכות וואס ער האט אים געגעבן ביז איצטער, און ער זעט ווי די זאכן אנטוויקלן זיך ביי אים בכלל, ניזן בפרט זעט ער, אז ס'איז אנטוויקלן זיך אין דער ריכטונג, אז ווי אין יעדער אנטוויקלונג וועט זיין אין אזא אופן, אז ער וועט נאכמערער מוסיף זיין אין לויבן דעם אויבערשטן פאר די נייע ברכות וואס ער האט אים געגעבן אין דער נייער אנטוויקלונג, און אזוי וועט מען האבן בקרוב ממש ביז די אמת'ע ברכה און די עיקרדיקע ברכה די ברכה פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, לא עיקפה מאפילו כהרף עין, אז מ'האט בהקדם הכי אפשרי אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו יעדערער פון אייך און יעדערער פון אונז, צוזאמען מיט זייערע פרויען און אין זייערע משפחות, און אויך די וואס דער אויבערשטער האט זיי שוין געבענטשט מיט אייניקלעך און אור-אייניקלעך, צוזאמען מיט די אייניקלעך און אור-אייניקלעך, וועלן זיי שטייען אלע צוזאמען ז

18זיין צו באקומען די בשורה טובה פון אליהו הנביא, אז אט קומט משיח צדקנו, און דערנאך זען בעיני בשר, אן קיין הפסק בינתיים, משיח צדקנו ווי ער קומט מיט דער גאולה, און ווי געזאגט פריער שטייט מען בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו אין ארץ ישראל, און דארטן אין ירושלים עיר הקודש, און אין ירושלים עיר הקודש אין הר הקודש און אין בית המקדש, ווארום דער אויבערשטער, צוזאמען מיט דער גאולה, בענטשט ער אויך יעדער אידן און אלע אידן דורך דעם בית המקדש כיננו ידיך אז ס'קומט און מ'זעט למטה דעם בית המקדש כיננו ידיך, און מ'גייט יראה ילכו מחיל אל חיל פון שטארקייט צו שטארקייט, אין די אלע ענינים פון ביזנעס און די אלע ענינים פון געזונט, און די אלע ענינים פון אידישקייט, והוא ועיקר, ביז יראה אלא אלקים בציון, וואס ציון איז דאך פארבונדן מיט ציון, עירה הקודש, און ווי געזאגט פריער, אז דאס איז פארבונדן מיט שמח זבולון בוצאתך וישכר בא הלך אז דאס איז פארבונדן מיט ווי אזוי ישכר זיצט לעבן דעם בית המקדש אלס סנהדרין, און אידן זיינען דאך דעמאלט אויך

19עוסק געווען, און וועט זיך אזוי עוסק זיין לעתיד-לבוא, אויך ענינים פון עסקים, אפילו אז א טייל דערפון וועט זיין געטאן על ידי אומות העולם, וועט זיך אויך בלייבן עסקים וואס אידן וועלן טאן, און יהי רצון, אז די אלע ענינים זאלן זיין תוקף ומיד ממש, ועוד והוא העיקר, תוקף ומיד ממש, ובפרט אז מ'וועט זיך אויך האבן, ווי דער מנהג ישראל, אז מ'טיילט יעדערן א זיתן לקח, וואס דאס איז דאך א רמז און אן אנדעתונג, ביז וואנענט אז מ'זאל קענען אנטאפן מיטן האנט אזוי ווי מ'טאפט-אן דעם לקח, און אזוי ווי מ'עסט דערנאך דעם לקח און מ'האט א זיתן טעם דערביי זאל אזוי אויך זיין, אנטאפן אפילו מיט דער גשמיות'דיקער האנט דעם אויבערשטנ'ס ברכות, סיי ברוחני סיי בגשמיות, מ'זאל אויך דערנאך האבן א זיסן טעם אין דעם לעבן בכלל, און דעם לעבן צוזאמען מיט דער משפחה במיוחד, ווארום ער האט געמאכט פון זיין הויז, וואס דארט געפינט ער זיך צוזאמען מיט די פרוי און מיט די קינדער, א וויכטיקן טייל פון דעם טאג, ווערט דאס דעמאלט ועשו לי משכן

20ושכנתי בתוכם ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, אז דער אויבערשטער געפינט זיך אין יעדער אידישע הויז, אז דאס איז א פריוואטער הויז אדער א מסחר הויז, אדער א געשעפטלעכע הויז, אדער א שטעלינג וכיוצא בזה, געפינט זיך דארט דער אויבערשטער אין אן אופן וואס ער זאגט ושכנתי אז ער שטייט דארטן אין אן אופן פון שכינה, וואס זי ברענגט דאך מיט זיך אלע ברכות והצלחות, און ס'ווערט אויך בתוכם, בתוך כל אחד ואחת, אין דעם אינעווייניקייט, אין די פנימיות פון יעדער אידן, סיי א מאן און סיי א פרוי, געפינט זיך דארטן, דער חלק אלוקה ממעל ממש, דער נפש אלקית, און זי פירט-אן מיט דער הארץ, און דורך דער הארץ, מיטן גאנצן גוף, און מיט די טעטיקייטן פון דעם גוף, אויך די טעטיקייטן פארבונדן מיט מסחר. און דאס היילט נאך מערער צו, ווי געזאגט פריער, אז פון דעם ושכנתי בתוכם זאל זיין ווי דער התחלת הכתוב, ועשו למקדש אז דורך דערויף נעמט יעדער איד אן איינטייל אין צוהיילן נאך מערער דעם מקדש אדנ'כוננו ידיך דער בית המקדש השלישי, תיכף ומיד ממש, ולא ייכבם אפילו כהרב עין,

21אין ארץ הקודש, וואס דארט איז דאך דער מקום פון בית המקדש, און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש ובהר הקודש ובהר הבית, ועוד ועיקר תיכף ומיד ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים