פסקה
פסקה rh-epecdw37
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-jsnfk3cq
- order
- X
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","checked":true}- content
- למעלה מחיים, און הוסיף חיים על חייו, בפרט נאך אז ער איז אויך ווי די גמרא זאגט מאן דמוסיף יוסיף ער איז מוסיף בלימוד עצמו, ובלימוד לעצמו, וואס דורך דערויף איז ער נאכמערער מוסיף אויך אין דעם לימוד אים הזולת, ובפרט נאך אז מ'דערמאנט דאך וואס די משנה זאגט, אז למטה מרבותי מחבירה יותר מרבותי ומתלמידי יותר מכולם. וואס דאס האט דאך א שייכות מיוחדת צו דעם זמן ווען מ'קומט פון שמיני עצרת, וואס דער יום-טוב שני שלו איז דאך שמחת-תורה, וואס דאס איז דאך זיכער געפראוועט ביי אמיתיות, וואנענט אויך ווי דער אפטייטש, אז די תורה האט זיך פרייט איז געווען שמח מיט דעם וואס לערנט די תורה, על אחת כמה וכמה אז ער איז מלמד תורה לרבים, אדער מלמד תורה על כל פנים בה רבים, איז דאס נאכמערער מוסיף אין שמחת התורה, וואס תורה איז דאך א כוס אויף אלע ברכות, ביז אין אן אופן פון שמחה פורץ גדר, איז אזוי אויך דורך ברכות וואס קומען אן על ידי לימוד התורה און הפצת התורה, ובמיוחד אז דאס איז נגלה ופנימיות התורה גם יחד, די התאחדות פון כל חלקי התורה ביחד, ווערט דאס אויך יחד שבטי ישראל, ביז אז דאס ווערט מקויים על ידי זה בהקדם, ויהי בישורו מלך מיטן אפטייטש, אז דאס גייט אויף מלך משיח, און יעדער איד שטייט אין א מעמד ומצב, ווי ער ווערט אנגערופן בשם ישורון כמבואר אין לקוטי תורה. און וואס דאס איז דאך דאס די התחלה פון פרשה וזאת הברכה, וואס מ'האט איר אויך געלייענט מהתחלתו ועד סופה, אין דעם טאג פון שמחת תורה, צוזאמען
- proofread
- 1