transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1ס'איז דאך ווי באוואוסט דער ווארט פון דעם אלטן רבי'ן, וואס נשיא דורנו דער רבי דער שווער, האט איבערגעגעבן, און האט דאס געהייסן מפרסם זיין און אפדרוקן וועגן לעבן מיט דער פרשה פון דער וואך, און לעבן ווי ס'איז דאך כמדובר כמה פעמים מיינט מען דאס לעבן באמיתיות, ביז וואנענט אז דאס ווערט היא חיינו ואורך ימינו אין אן אופן אז התורה נקראת על שמו, דערפאר וואס ס'ווערט א יחוד נפלא, ווי ער איז מבאר אין תניא בתחילתו, וואס במיוחד איז דאך דאס פארבונדן מיט תלמידי הישיבה, אדער די וואס בכלל תורתם אומנתם אלס מלמדים פון תורה אדער ראש-ישיבות פון תורה וכיוצא בזה, איז דאך ווערט דאס תור באשעפטיקונג, ובלשון הגמרא אומנתם, וואס אט דעמאלט באקומט מען אלע זאכן אין א תורה'דיקן אופן, וואס דרכי' דרכי נועם וכל נתיבותי' שלום האט מען ניט קיין דאגות צדדיות, מערניט ווי די דאגות אז מ'זאל האבן נאכמער הבנה והשגה אין לימוד התורה ביז לימוד המביא לידי מעשה, און דער אופן הלימוד בהקדמה פון דחילו ורחימו פון אהבת ה', פון יראת ה', און וואס אין דערויף, וויבאלד אז התורה איז ארוכה מארץ מדה ורחבה מיני ים איז דאך דערפון גופא פארשטאנדיק, אז ביחד מיטן שביעות רצון וואס מ'האט פון הצלחה אין לימוד התורה, וואס דאס איז דאך על-פי תורה, ועל-פי שולחן-ערוך, איז בשעת מ'פארשטייט תורה דארף מען האבן דערפון א נחת רוח אמיתי, וביחד עם זה ביז א נחת רוח וואס פועל'ט אויך אויפן גוף, ווי זי איז אויך אין בריאות הגוף.
¶2און צוזאמען דערמיט דארף אויך זיין, בלשון השעת לבו דואק בקרבו, ניט אויסגענוצט נאך בעסער און נאך טיפער און נאך ברייטער די צייט וואס ער האט געהאט בעבר, אויף נאכמער מצליח זיין אין תורה ומצוותי'. און אויב ער האט דאס אויך אויסגענוצט בשלימות איז דאך זיכער, אז לויט זיין מעמד ומצב בהוה ובעתיד קען ער אויך מוסיף זיין הבנה והשגה אויך אין די לימודים וואס ער האט געלערנט מיט א טאג פאר דעם אדער מיט א זמן פאר דעם, ווי מ'זעט דאס בפשטות, אז ווען ס'קומט-צו אין ידיעה, עאכו"כ אין הבנה, אין ענינים פון תורה וואס זיי זיינען דאך אין קץ קומט-צו אין ידיעה און הבנה מכאן ולהבא, אין די ענינים וואס מ'וועט לערנען, פון איצטער אן און העכער, און אויך, מער ידיעה והבנה אין די ענינים וואס מ'האט געלערנט בעבר און בהווה.
¶3און די אלע זאכן שטייען בהדגשה, ווען אין דער פרשת השבוע, וכנזכר לעיל, הויבט מען אן לייענען פרשה פון בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ, וואס עס איז דאך מרבה כל צבאים, צבא השמים וצבא הארץ, און ס'איז דאך פארשטאנדיק, אז פונקט אזוי ווי מ'זאגט אויפן בורא עולם, אז אסתכל באורייתא וברא עלמא, און דערויף זאגט ער אין זהר, אזוי אויך ברנש א איד, אז ער לערנט אין תורה, קומט ביי אים צו אין זיין חלקו בעולם, בגשמיות, עאכו"כ אז ס'קומט-צו אין זיין חלקו בעולם ברוחניות, עאכו"כ אין רוחניות שברוחניות פון זיין חלקו בעולם, וואס דאס איז די הבנה אין לימוד התורה, און די הצלחה אין לימוד התורה, און אויך גדול לימוד שמביא לידי מעשה הצלחה אין קיום המצוות, ביז אין אן אופן כמצות הרצונך, עד כמה ווי דאס איז אפשר אין זמן הגלות. וואס דאס אלץ ווערט דאך אויך א הכנה קרוב און היידט צו דעם אמת'ן און די שלימות'דיקן אז נעשה לפניך כמצות רצונך בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו. וואס במיוחד ווערט דאך דאס דורך דעם לימוד התורה, נגלה און חסידות גם יחד, וואס נגלה לגבי פנימיות התורה, אדער לגבי חסידות, איז דאס בדוגמא ווי שמים וארץ, ביז ווי דאס איז פארשטאנדיק בפשטות, אז פנימיות התורה איז דאך עוסק אין עניני שמים, און דאס איז עיקר העוסק שלה, בנוגע צו לימוד הספירות און לימוד פון רוחניות התורה ומצוותי',
¶4וכיוצא בזה, ביז דעת אלקי אביך ועבדוהו. און נגלה דתורה איז דאך עיקר ענינה אויף לברר זיין בירורים אין עולם הזה הגשמי, שאין תחתון למטה הימנו, וואס דאס ווערט דאך אנגערופן בשם ארץ בכלל און אויך ארץ בפרטית. און דאס איז דאך ווי רש"י זאגט, און ווי דערמאנט אויך פריער, אז וועלט בפשטות איז באשאפן געווארן בשביל התורה ובשביל ישראל, און זיי שטייען דאך ביידע אין דעם זעלבן ווארט בראשית וואס דאס באווייזט אז ביידע זאכן קומען צוזאמען, אז בשעת אידן וועלן זיצן און לערנען תורה, און לערנען תורה כדרוש, איז דאס גופא איז מוסיף קיום און חיות אין שמים וארץ וכל צבאיהם, און יעדער איד איז דאך ווי די גמרא זאגט וחייב אדם לומר בשבילי נברא העולם איז אים מיינט מען, אם בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ בשביל ישראל ובשביל התורה, אז ער זאל זיך אפגעבן און זיך אריינליגען זיין דורכגענומען מיט ענין התורה, אנהויבנדיק פון לימוד התורה, בכל הפרטים, ווי דער מיטעלער רבי איז מבאר סיי אין אורח סיי אין רוחב און סיי אין עומק, וואס דורך דערויף בויט ער אויך אויף חלקו בעולם אין א גוטן אופן, אין א תורה'דיקן אופן, און בויט אויף אויך און מחזק די וועלט בכללותה, ביז אויף צו ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט זיין די וועלט בשלימות בפשטות, לתקן עולם במלכות שד"י, על אחת כמה וכמה דער עולם האמיתי, וואס דאס איז דאך פנימיות העולם,
¶5און לימוד התורה, וואס דאס איז דאך אויך בדוגמא פון שמים וארץ. און וואס נאך מערער, אז מ'האט דאס אלץ אפגעגעבן בבחירתו של כל אחד ואחד, ביז אין אן אופן פון להפשה לה, און געזאגט, אז מ'גיט דאס אפ בבחירתו עד כדי כך, אז מ'האט די הבטחה, אז אויב ס'וועט זיין יגעת איז דאך זיכערע זייך אז ס'וועט זיין ומצאת, וכמדובר כמה פעמים ומצאת איז דער פירוש, אז נוסף וואס מ'האט לפום צערא אגרא וואס דאס קומט אלס שכר, וועט מען אויך באקומען ומצאת אין אן אופן של מציאה אז די טרחה און דער צער און די יגיעה וואס מ'לייגט אריין בערך דערצו צו וואס באקומען און צו וואס מ'וועט דערגרייכן איז דאס בדוגמא פון דער טירחא וואס מ'האט אין אויפהויבן א מציאה, אז זי איז אפילו א יקר מכל יקר, אבנים טובות ומרגליות, וואס דאס איז דאך א הון יקר על דרך זה ברוחניות הענינים, און די טירחא פון אויפהויבן איר די מציאה, ולהכניסה לרשותה, אז אפי' ווען לדעתו איז דאס א יגיעה, אדער באמת א יגיעה, איז דאס שלא בערך צו דער מציאה וואס מ'געפינט על ידי זה, ובמיוחד נאך בשעת מ'ווערט א שליח און מ'איז מפיץ לימוד התורה וקיום מצוותי' אין דעם ארום זיך, און מפיץ ביז מעיינות חוצה, און מ'טוט דאס אויך מיט דער גאנצער אמת'קייט, און מיט די יגיעה המתאימה, ווערט מען דאך דעמאלט אויך א כלי אויף דער ברכה וואס דער אויבערשטער גיט, בלשון חז"ל אתה החיית את נפש העני וואס ער איז געווען אן עני אין ידיעת התורה, און ער האט געהאט דעם זכות און האט זיך אין דערויף אריינגעלייגט אויף החיית את נפש העני איז דער אויבערשטער אים מחי' חיים
¶6למעלה מחיים, און הוסיף חיים על חייו, בפרט נאך אז ער איז אויך ווי די גמרא זאגט מאן דמוסיף יוסיף ער איז מוסיף בלימוד עצמו, ובלימוד לעצמו, וואס דורך דערויף איז ער נאכמערער מוסיף אויך אין דעם לימוד אים הזולת, ובפרט נאך אז מ'דערמאנט דאך וואס די משנה זאגט, אז למטה מרבותי מחבירה יותר מרבותי ומתלמידי יותר מכולם. וואס דאס האט דאך א שייכות מיוחדת צו דעם זמן ווען מ'קומט פון שמיני עצרת, וואס דער יום-טוב שני שלו איז דאך שמחת-תורה, וואס דאס איז דאך זיכער געפראוועט ביי אמיתיות, וואנענט אויך ווי דער אפטייטש, אז די תורה האט זיך פרייט איז געווען שמח מיט דעם וואס לערנט די תורה, על אחת כמה וכמה אז ער איז מלמד תורה לרבים, אדער מלמד תורה על כל פנים בה רבים, איז דאס נאכמערער מוסיף אין שמחת התורה, וואס תורה איז דאך א כוס אויף אלע ברכות, ביז אין אן אופן פון שמחה פורץ גדר, איז אזוי אויך דורך ברכות וואס קומען אן על ידי לימוד התורה און הפצת התורה, ובמיוחד אז דאס איז נגלה ופנימיות התורה גם יחד, די התאחדות פון כל חלקי התורה ביחד, ווערט דאס אויך יחד שבטי ישראל, ביז אז דאס ווערט מקויים על ידי זה בהקדם, ויהי בישורו מלך מיטן אפטייטש, אז דאס גייט אויף מלך משיח, און יעדער איד שטייט אין א מעמד ומצב, ווי ער ווערט אנגערופן בשם ישורון כמבואר אין לקוטי תורה. און וואס דאס איז דאך דאס די התחלה פון פרשה וזאת הברכה, וואס מ'האט איר אויך געלייענט מהתחלתו ועד סופה, אין דעם טאג פון שמחת תורה, צוזאמען
¶7מיט די התחלה פון פרשה בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ, אז יעדערער פון אייך, ובמיוחד בתוך כלל לומדי תורה, זאל לערנען מכאן ולהבא די תורה, נגלה און חסידות, אין א נייעם אופן לגמרי, ביז וואנענט אז דאס וועט זיין ניי בכל הפרטים, סיי בחכמה שבזה, סיי בבינה שבזה, סיי בדעת שבזה, ווארום ער לערנט שלא בערך לגבי וואס לערנען פריער, צוזאמען מיט די יגיעה שלא בערך, איז הקב"ה גיט אויך די ברכה והצלחה, ביז אין אן אופן פון ומצאת אויך שלא בערך צו דעם ומצאת וואס איז געווען פאר דעם שמחת-תורה ושמיני עצרת, און אזוי אויך בכל יום ויום, להפשה בה אויף מוסיף זיין אלץ מערער און מערער, ביז ילכו מחיל אל חיל ווארום ביי אים ווערט מקויים אז אין להם מנוחה ער קען ניט רוען און איז אלץ מוסיף אין לימוד התורה באופן הדרוש, וואס דאס איז דאך על ידי הקדמה פון דחילו ורחימו, כמבואר בארוכה אין קונטרס עץ החיים, און טאן די אלע ענינים מתוך בריאות הנכונה האט מען ניט קיינע בלבולים זייטיקע, און מ'ליגט אינגאנצן בלבב שלום, מיט דער נשמה און דער גוף איז מסייע, ווארום ער לערנט די תורה אין אן אופן פון כל עצמותו תאמרנה, און די אלע זאכן צוזאמען זיינען נאכמער מוסיף און מזרז די ביאת משיח צדקנו, וואס ילמד תורה את כל העם כולו, וואס דערצו איז דאך אויך די כלי ווי תלמודו בידו, דעם לימוד התורה וואס מ'האט געלערנט נאך פאר ביאת משיח צדקנו, און מ'איז מוסיף מיט א החלטה טובה, אז מ'וועט לערנען נאכמערערן,
¶8און כאמור נאכמערער, סיי באורך סיי ברוחב סיי בעומק, און מ'האט אין דערויף די הבטחה, אז מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה, על אחת כמה וכמה ווען אין דערויף איז אויך דא דער ענין פון יגעתו יגיעה אמיתית, און זיכער איז דאס נאכמערער מוסיף אין דעם ומצאתה אמיתית, ביז וואנענט אל תפרוש מן הציבור און מ'איז דאך כולל יעדערער, ווי מ'זאגט לפני התפילה בכל יום, אז מ'איז מקבל אויף זיך לקיים מצות-עשה של ואהבת לרעך כמוך, און אויך ווי דערמאנט אין די פריערדיקע התוועדות וואס דער אלטער רבי זאגט אין אגרת הידוע, אין דעם שיעור פון שמיני עצרת אין א שנה מעוברת, ווי אין היינטיקן יאר, אז אל תפרוש מן הציבור און ער לערנט תורה ברבים, און דערנאך ביז אין אן אופן עשרה שיושבים ועוסקים בתורה על אחת כמה וכמה די וואס לערנען תורה אויך ברבים, איז דאס נאכמערער מזרז דעם קיום הברכה וההבטחה פון נשיא דורנו, אז בשעת מ'איז מקיים עמדו הכן כולכם ווערט מקויים דער המשך הברכה, אז ס'ווערט אנגעפילט אלע כלים וואס מ'האט, בכל ענינים טובים, ובמיוחד אין טוב אלא תורה, ובמיוחד עץ החיים, וואס ס'איז כולו טוב, ווי ער זאגט אין אגרת הקודש, וואס דאס איז דאך דער לימוד פנימיות התורה, כמבואר שם בארוכה.
¶9און ס'וועט אויך זיין ווי די התחלה פון דער אגרת הקודש, און אויך פון דער התחלה פון אגרת ווי דערמאנט פריער, אז בימיו ובימינו תושע יהודה, ירושלים תשב לבטח, און ס'וועט זיין אין אן אופן ווי ער זאגט דערנאך אמן, כן יהי רצון, אז מ'שאפט א נייעם רצון, אז ס'זאל זיין נאך פריער, ווי ס'איז פריער געווען די החלטה, ביז אין אן אופן פון א גאולה, אין אן אופן פון מיד הן נגאלין. וואס דערפאר איז מען דאך עוסף כנהוג יעדערן פון אייך א שליחות מצוה אין מצות הצדקה, אויף אפצוגעבן דאס בהקדם, ובהוספה משלו, בנץ החמה וכו' אויף אן ענין של צדקה, זאל בקרוב ממש זוכה זיין צו דעם טאג פון יום השלישי שהוכפל בו כי טוב וואס דאס איז דאך הלילה הולך אחר היום אין עניני קדשים, די לילה, און זאל זיין דער טוב כפול, ובפרט אויך כולל דעם טוב פון "כפליים לתושי'", וואס דאס איז דאך דער עתיד לאתבא צדיקייא בתיובתא, ביז אין אן אופן פון נגאלין מיד, ובפשטות, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס ילמד תורה את כל העם, ביז אין אן אופן של ראי' ביז אין תורה חדשה מאיתי תצא, וואס כולם ידעו אותי למקטנם ועד גדולם.
¶10ומאה מאכט מען די ארצי דין.