עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-emnv7pka

kind
paragraph
order
Q
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אזוי דאס איז כולל כל הקרבנות כולם, אף על פי וואס ס'איז דא אין קרבנות עצמם חלוקות, וואס איין חלוקה פון זיי ווערט אנגערופן בשם אמך, ועל דרך זה בכל הענינים טובים, על דרך זה אויך בנוגע צו דעם ענין פון גאולה, וואס גאולה איז דאך אויך דא א גאולה פרטית, ביז א גאולה פרטית פון איין און איינציקן אידן, ווי ער זאגט אין אגרת הקודש, אז בשעת א איד איז מתפלל האט ער דעמאלט די גאולה פון נפשי הדקית, במילא נעמט דאס אויך ארויס די גאולה פון נפשי הבהמית, נעמט דאס אויך ארויס חלקו בעולם און דאס ווערט נגאל. אף על פי וואס גאולה הכללית והשלימה מיט דעם תוקף השלימות דארף מען דאך דאס האבן, אז דאס זאל ארויס בגלוי און מיטן גאנצן שטורעם אין עולם הזה, שען תחתון למטה הימנו, און לאפן פון עולם הזה, ווי דערמאנט פריער, אז זה איז בגימטריא י'בי,"' אז דאס גייט און ס'איז ניכר בזה ווי אזוי אידן זיינען שולט בזה, און זיי זיינען די בעלי-בתים אויף די י'בי,"' מזלות, וואס פון זיי לכאורה האט דאס גאר א שייכות צו אומות-העולם, משא'כ אידן איז דאך ישראל אין להם מזל, און בפרט נאך
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions