Paragraph
Paragraph rh-ej9mxh7s
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-y66xtt7e
- order
- K
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און דערנאך זאגט ער אויף, דער אלטער רבי ברענגט אראפ פון כתבי האריז ל, פון כמה מקומות, בסידורו השוה לכל נפש, אז בשעת מ'קומט אין אן ארט, וואס אף על פי וואס ער האט שוין געפראוועט די שמחה פון גמרא של תורה, בנוגע צו חמשה חומשי תורה בשמחת תורה איז דארף ער נאכאמאל ישמח עמהם און אזוי איז דער מנהג, אין וויפל ערטער ס'זאל ניט קומען במילא דארף ער נאכאמאל טאן, און טאן דאס מעצמו מובן, וויבאלד אז דאס איז פארבונדן מיט תורה, וואס תורה זו לא תורה מוחלפת, און מ'זאגט אפילו אז ס'דארף זיין בכל יום יהיו בעיניך חדשים, על אחת כמה וכמה אין סיום התורה, במילא מיינט מען דאך אויך די שמחה פון שמחת תורה און סיום פון תורה-שבכתב, אויך מיטן גאנצן שטורעם, ווי מ'האט דאס געמאכט דעם ערשטן מאל. ואדרבא, ווי מ'זעט דאך בא שמחה, אז שמחה ישנה איז ניט קיין אמת'ער תוקף השמחה, מ'דארף האבן ס'זאל זיין א פנים חדשות, במילא דארף מען האבן על כל פנים א סברא חדשה, עפעס וואס א התחדשות, אדער ס'קומען צו בפשטות פנים חדשים נייעם מענטשן וואס זיינען ניט געווען בא דעם פריעמדיקן סיום, וואס דעמאלט דארף מען מאכן די שמחה גדולה.
- proofread
- 0