Paragraph
Paragraph rh-efnntvqm
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-b9r4bxqf
- order
- ub
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- זיין דער גורם, און אפילו קיין גראם דארף ער אויך ניט ווערן. און נאך מערער, ער דאך דארטן לערנען תורה, און ס'איז דאך דארטן טאן תשובה, ניט נאר בבית נאר אויך על הגד דארף ער דאך טאן די תשובה אין אזא אופן, אז ער האט די תמימות בכל הענינים, ווי דערמאנט פריער, וואס דאס ווערט במיוחד ניכר אין די תמימות אין לימוד התורה, וואס דארט איז וואס פארא ענין מ'לערנט ניט, איז דא� א ענין של תמימות, תורה דארף אבער אויך האבן הקדמת ברכת בתורה תחלה, הקדמת ענין התשובה, ביז אז די תשובה זאל איבערמאכן די כל הענינים ביז אין א מציאות חדשה. וואס דערפאר איז אויך די אלע פרטים האמורים המדוברים לעיל בהנוגע אויך צו דער שכונה, אז וויבאלד אז מ'דארף פון איר מאכן א מציאות של תורה ושל תשובה, דארף די אלע ענינים וואס געפינען זיך אין איר, האבן אין זיך א שלימות, נוסף אויף די בתי דירה פאר אנשים נשים וטף, וואס יעדערער פון זיי איז אדמה לעליון, בני אברהם יצחק ויעקב, ובני שרה רבקה רחל ולאה, צוזאמען מיט א מקום תפילה, און צוזאמען מיט א מקום בית הכנסת, און ניט משנה זיין, ווארום דאס ווי יעדער ענין וואס ס'איז א קיים, אן ענין של קדושה, פסק'נט אפ תורה אז ער שטייט ניט אויף אן ארט, וויבאלד אז דאס איז קדושה איז דאס א מהלת, במילא איז מזמן לזמן, ביז מרגע לרגע, ווערט אין דערויף ניתוסף, ס'קומט-צו און ס'ווערט אלץ העכער און ברייטער און לענגער, און מ'דארף זיך ניט אריינמישן, אז ער וועט צומאכן אדער צושטיקעווען אדער משנה-זיין זיין ליינקייט און בריינקייט אין אט דעם בנין און אט דעם ענין דארף ער זיך פארלאזן, אויף וויפל מ'קען דאס בראכן העכער און ברייטער און ליינגער וועט דאס מאכן דער בעל הבנין, דער רבי נשיא דורנו. איי וואס ער זעט דאס ניט אין עיני בשר איז שלו איז דאך ידוע דער משל פון די חכמים וואס פארן אין אן עגלה, און רעדן אין דברי חכמה,
- proofread
- 0