עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-eedpb01w

kind
paragraph
order
HR
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
פון דער מוטער אדער פון א עלטערע שוועסטער, און ווי דערמאנט מערערע מאל. וואס דאס איז אויך די פארבונדנקייט, יעדער ענין איז דאך בהשגחה פרטית, אז בשעת ס'טרעפן זיך מערערע אידיש-פרויען צוזאמען, און קומט דאס אויס בהשגחה פרטית ווי ס'איז געווען ביז אין היינטיקן יאר, אז דאס איז פארבונדן מיט ציילן יסוד שביסוד, וואס דאס אונטערשטרייכט נאך מערער, אז י יעדער אידישער פרוי באקומט אלע נויטיקע כוחות, אז זי זאל קענען זיין דער אמת'ער יצוד שביסוד פון איר הויז, און וויבאלד אז מ'לעבט זיך צווישן אידן, לערנט זיך אפ פון איר הויז אויך די אידישע הייזער ארום איר, וואס דאס גיט נאך איר נאכמער פארגעניגן, אז זי האט אריינגעבראכט נאכמער ליכטיקייט אין די הייזער, אין די אידישע הייזער ארום זיך, און האט דאס געטאן אין א יסודות'דיקן אופן, ניט פארבייגייענדיק, נאר געטאן דאס אין אן אופן אז דאס ווערט א יסוד אין די אלע אידישע הייזער ארום זיך. וואס דאס איז אויך פארבונדן, ווי דערמאנט מערערע מאל, אז בשעת אידן טרעפן זיך פארבינדט מען דאס אויך מיט דעם חלק אין תורה וואס מ'האט געלערנט דעם זעלבן טאג אדער דעם שבת ווי מ'טרעפט זיך ביום הראשון,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions