עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-ee5jb1nv

kind
paragraph
order
3e
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אלעמאל אז מ'טרעפט זיך אין דער צייט, וואס דאס הייסט נאך פסח, איז קומט דאך דאס אלעמאל אויס נאך דער צוגרייטונג און דער הכנה וואס מ'האט געהאט צו פסח, און דערנאך דער עיקר פון פסח אליין, סיי די ערשטע טעג און דערנאך אויך די צווייטע טעג, שביעי של פסח און אחרית של פסח, מ'קומט אויך נאך צו, וויבאלד אז על פי רב איז טרעפט מען זיך נאך דערויף ווי ס'איז דא א שבת בינתיים, האט מען אויך די הכנה פון פרקי אבות. וואס דאס איז דאך אן אויסנאם-ענין, אזוי איז דאך תורה האט דאך זיך יעדערער זיינע שיעורים, אדער שיעורים וואס זיי זיינען כללות'דיקע, פאר אלעמען, ומשאי'כן בנוגע צו די שיעורים פון די שבתות וואס נאך פסח, איז דאך ווי ער זאגט אין סידור, איז דעמאלט איז מען מנהג פון אלע אידן, און פון יעדער אידן, א שבתות אין מנחת שבת שלאחרי פסח, ובפרט נאך פון צווישן נאך פאר חג השבועות, וואס דאס איז דאך דער זמן ווען מ'טרעפט זיך, לערנט מען פרקי אבות, וואס דאס איז דאך אן אויסגעטיילטער מסכתא פון אלע מסכתות, ווי מ'זעט גלייך פון דער התחלה, אז דאס רעדט זיך ניט וועגן א דבר, אן אויסגעטיילטע זאך אין תורה, ווי מסכתא ברכות, אדער ביז די מסכתא עוקצין וכיוצא בזה, וואס יעדער מסכתא האט דאך זיך איר ענין, משא-כן פרקי אבות הויבט זיך גלייך אן מיט א כללות'דיקן ענין פון כל התורה כולה, סיי תורה שבכתב און סיי תורה שבעל-פה, מיט די התחלה פון מסכתא אבות, וואס דאס איז משה קיבל תורה מסיני וואס דאס איז דאך כולל סיי תורה שבכתב און תורה שבעל-פה, און נאך מערער אויך כולל כל מה שתלמיד ועתיק עתיק לחדש עד סוף כל הדורות,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions