Paragraph
Paragraph rh-ecbrnyrf
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-4x0dtfw7
- order
- BT
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- י יאר איז דאך שוין דער רב פון אלע סליחות וואס מ'זאגט, וואס דאס איז דאך אין היינטיקן יאר פון שבת'ער נאכט ביז דאנערשטיק ביינאכט, איז דאך ווי סליחות שוין דער רב פון זיי, ורובם ככולם איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז מ'האט רובם ככולם פון די סליחות פון דעם אויבערשטן, אננעמענדיק מיט לך הוי'הצדקה וואס דאס איז דאך דער אנהויבס פון אלע סליחות, אז דער אויבערשטער טוט שטענדיק צדקה מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן, על אחת כמה וכמה ווען דאס איז א ציבור מערערע אידן צוזאמען און אין א מקום ציבורי, ווי א בית הכנסת ובית המדרש, איז דאך א זיכערע זאך אז מ'האט א פולשטענדיקע נחילה סליחה וכפרה, מאכט דאך נאך שטארקער און זיכערער און גרעסער און ברייטער און טיפער די ברכות וואס מ'באקומט לאחרי המחילה סליחה וכפרה, וואס דאס איז דאך בעיקר די ברכה פון הכתיבה והחתימה טובה אויפן גאנצן יאר, און אויך אויף די צוגרייטונגען צו דעם יאר בכלל, און די צוגרייטונגען הסליחות במיוחד, ווי דערמאנט מערערע מאל.
- proofread
- 0