Paragraph
Paragraph rh-ebjvgjkj
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0f575n02
- order
- 9v
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- בר מצוה אדער בת-מצוה וכיוצא בזה, ווייס ער גלייך, אז וויבאלד אז ער איז דער שליח פון דעם אויבערשטן, און נאך אין צבא פון דעם אויבערשטן איז א זיכערע זאך אז ער האט בעה'ב טישקייט און קען אויפטאן אין וועלט, און אין וואס דארף באשטיין זיין הויבט אויפטו ווי דערמאנט פריער, אז לערנט ער אפ פון דער שמש און דער לבנה, אז בשעת די שמש איז פארנומען אין אן אנדער טייל וועלט איז אט דעמאלט בלייבט אין דעם ארט וואו זי איז געווען פריער די לבנה, וואס זי האט די ליכטיקייט פון דער שמש, און אויף וואס ניצט זי די ליכטיקייט? אויף מאכן ליכטיק אט די אלע וואס געפינען זיך אין א טונקלהייט פון דער נאכט, אז ביי זיי זאלן אויך זיין ליכטיק, און זיי זאלן זען וואס זיי דארפן טאן און וואס זיי מעגן טאן און פון וואס זיי דארפן זיין אויסגעהיט, אנהויבנדיק פון דער זאך פון עסן און טרינקען, וויסן וואס איז א כשר'ער עסן און פון וואס דארף מען זיין אויסגעהיט, און נאך מערער וויסן וואו געפינט זיך א איד מיט וועלכן ער קען מקיים זיין, ואהבת לרעך כמוך אויף געבן אים צדקה, מקיים-זיין איינע פון די גרעסטע מצוות פון מצוות הצדקה, דארף ער זיך געפינען אט דעם אידן, דארף ער האבן אז ס'זאל זיין ליכטיק כדי ער זאל זען וואו דער איד געפינט זיך, ער זאל זען אויך בא זיך וואו ס'געפינט זיך און ס'ליגט זיינע געלט, און ער זאל דאס נוצן אויף וואס ער דארף דאס נוצן, אלס א אידיש קינד, וואס דאס איז ווען ער נוצט דאס אויף א זאך פון ארויסהעלפן א צווייטן מענטשן, און טאן דאס אין אזא ליכטיקן אופן, אז ביי אים זאל ווערן דערפון נאכמער ליכטיקייט אלס ציבת השם, און אויך ביי דעם וואס ער גיט די צדקה, זאל אויך ביי אים זיין ליכטיקער ער זאל אים אויך ערקלערן, אז ער געהערט אויך צו בראשית ברא אלקים,
- proofread
- 0