פסקה
פסקה rh-eah6mt0q
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-4cxn0641
- order
- Lh
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- זיין סמיכה, און ס'דארף ניט דורכגיין קיין מהלך מיל. וואס דאס מהלך מיל איז דאך די שיעורים בזה פון צוויי און צוואנציק מינוט אדער ביז אכציק מינוט וכיוצא בזה, נאר ס'איז ווייניקער אפילו פון חיי רגעים, פון חיי מינוטן, און ס'ווערט בסמיכות ממש, אן קיין הפסק בינתיים, אז ס'איז ניטא קיין זמן אפילו אויף צו זאגן איין און איינציקן ווארט, נאר גלייך נאך גו על ישראל קומט גלייך דער אדנ'ס שפתו תפתח, אז ניט מ'דארף אנקומען, אז ער זאל זיך צוגרייטן און זאגן וואס מ'זאגט נאך דערויף, נאר אדנ'ס, גלייך דער שפתו תפתח, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס ווערט א תפילה אריכתא, און דאס ווערט אז דער אויבערשטער עפנט-אויף די שפתיים בא יעדער אידן, אז צום אלעם ערשטן דערמאנט מען אין דער תפילה די שלוש ראשונות וואס זיי הויבן זיך אן אויף דערמאנען אז יעדער איד איז בנו של אברהם יצחק ויעקב, ווי דאס איז דאך די התחלה פון ג'ראשונות, וואס דאס איז ראשונות בכל תפילה, כולל אויך די תפילות פון א תענית ציבור יחיד, עאכו כמה וכמה פון תענית ציבור דרבים, איז דערמאנט מען גלייך דעם ליחוס פון יעדער אידן, אז פון וואנענט שטאמט ער און ווער איז ער? זאגט יעדער איד, און ס'איז דאך ידוע
- proofread
- 0