Paragraph
Paragraph rh-e7z6tfxh
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-q6j18xxp
- order
- D3
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- איז אט דעמאלט עסט מען דוקא מצב מיט די אלע ענינים ווי דערנאך אויסגערעכנט אין די ד'קשיות, און דערנאך דערמאנט מען אויך, ווי געזאגט, אז דאס איז פארבונדן מיט יעדערן אליין, ניט מצד דערויף וואס ס'איז געווען מיט די עלטערן, איז דאס פארבונדן ווי עצמו יצא ממצרים, ים, ונחזר דערנאך איבער אין דער הגדה, אז ילו לא הוציאנו, איז הרי אנו ובנינו ובני בנינו, משובדים היינו לפרעבמצרים, און דערפאר האט מען אויך אט די דריי מצות, וואס ס'ווערט אנגערופן א מוח לדעת מהמנותא אז דאס איז פארבונדן מיט דער רוף וואס יעדער איד און אלע אידן, מאמינים בני מאמינים, איז נאך אפילו בא קליינע קינדער איז מען מאמינים, גלויבט יעדערער, באמונה שלימה אין דעם אויבערשטן בכלל, און אויך אז דער אויבערשטער האט אלעמאל באוויזן ניסים דעם אידן, און באווייזט זיי אויך איצטער, ובפרט אין אונזער דור, ווי גערעדט מערערע מאל, באווייזט דער אויבערשטער ניסים בא זיי עומדים עלינו
- proofread
- 0