פסקה
פסקה rh-e5rk9yqs
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-cee8sx0d
- order
- 79
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- נאך אינגער דערפון, ובפרט אז ס'רעדט זיך דאך וועגן פרויען, וואס דעמאלט דארף מען זיך דערמאנען אלץ ווי אזוי יונג זיי זיינען, און ניט נאר וואס ס'שטימט ניט, נאר בשעת א פרוי וויל פארבינדט זי זיך מיט תורה, מיט אידישקייט, איז אט דעמאלט איז ניט נאר זי ווערט ניט עלטער, נאר זי ווערט נאך מערער באנייט און פרישער און אינגער, דורך דעם פארבינדן זיך מיט מקור הברכות, מיט דעם קבל פון אלע ברכות און אלע גוטע זאכן, כולל אויך איינגעשלאסן אויך יונגשאפט, און שטארקייט און לעבעדיקייט און פריילעכקייט און א נייעם געשמאק, אפילו אין א זאך וואס חדש'ט זיך איבער, און ס'איז געווען ווי ס'ווייזט זיך אויס אויפן ערשטן בליק די זעלבע זאך עטלעכע מאל אין עבר, אין דער פארגאנגענהייט, האט מען אין דערויף, וויבאלד אז דאס איז א נייער טאג, מיט א נייעם פון דער נשמה, א נייעם געשמאק און א נייעם פארגעניגן, ובפרט נאך ווען ס'רעדט זיך וועגן פרויען, וואס בא זיי איז שוין נאך דער חתונה, און אויף זיי אויך האבן נאך ניט חתונה געהאט, גרייטן זיי זיך בעזרת השם ובמזל-תורה, גרינדן אן אייגענע הויז, איז זעט מען דאך אין פראקצי אין דעם טאג-טעגלעכן לעבן, אז בא דער אמת'ער אידישער פרוי, עקרת הבית, איז יעדער טאג איז בא איר א באנייטער געשמאק און א באנייטער לעבעדיקייט און א באנייטער נשמה אין די טאג-טעגלעכע אויפפירונג פון דער הויז און פון די קינדער און מיטן מאן, ניט קוקנדיק אויף דערויף וואס זי האט דאס שוין געהאט פאר לאנגע יארן ביז דעם טאג, איז האט דאס א געשמאק אין זיך, און דער אויבערשטער האט אזוי איינגעשטעלט, אז דאס ווערט אן אמת'ער געשמאק, מיט אן אמת'ן פארגעניגן, מיט אן אמת'ער שמחה, אפילו ווען א זייטיקער גיט אויף דערויף א קוק און טראכט בא זיך, אז וואס איז דא אזוי די התפעלות, זי האט אט די קינדער שוין מערערע יארן, און האט זיי אויפגעצויגן מערערע יארן, און האט געהאט פון זיי
- proofread
- 0