עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-e5nt4cxb

kind
paragraph
order
8
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
יעדער ענין דארף דאך האבן א מקור און אן אפשפיגלונג אין תורה, ווארום אסתכל באורייתא וברא עלמא ס'קען ניט זיין א זאך אין וועלט סיידן ס'איז דא א דוגמא לזה אין תורה, געפינט מען אויך אין תורה א גאנצע אריכות מיט מערערע הלכות, אז אין די זאכן וואס מ'דארף האבן ממורוואס מ'דארף האבן געלט, ווי בדוגמא מקדש זיין אן אשה אדער וכיוצא בזה דארף דאס זיין דוקא ניט מיט פאפירענע געלט, נאר דאס דארף זיין דוקא מיט געלט פון זילבער וכיוצא בזה, און על דרך זה אויך בא כמה הלכות וועגן קנינים, ווי אזוי קען א איד ווערן בעה'ב'ס אויף א צווייטע זאך וואס געהערט צו א צווייטן, איז דאך איינער פון די וועגן איז דאס ער קויפט דאס ביי אים אפ איז ווען איז דער קנין א קנין אמיתי? ווען ער גיט אים די געלט די שוה די ווערט דערפוןניט אין פאפיר, דערפאר וואס דעמאלט דארף מען וויסן ווי ס'איז מנהג המדינה און וויפל דאס ס'איז ווערט וכו,' ווארום על פי הלכה איז דער ווערט פון די פאפיר איז ניט ווי דאס וואס ס'איז אויף איר אנגעשריבן, דאס איז מערניט ווי א וועקסל, נאר ס'איז מערניט ווי דער ווערט פון די פאפיר אויף וויפל מ'קען דאס האבן דערפון נוצן, משא נכן אז מ'גיט א פרוטה של כסףאדער א מש של כסף, א זילבערנע זאך אדער א גאלדענע זאך אדער א קופר'נע זאך אט דעמאלט האט דאס דעם דין פון קנין און די זאך ווערט זיינע.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions