Paragraph
Paragraph rh-e5hnmg0b
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-n41c1qwy
- order
- OG
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- זכיו שבעולם, במילא ווערט אלץ לייכטער בכל מקום שהוא צו טאן, אפילו ארץ הקודש דארף אויך האבן א סיוע מכהן זה, במילא דארף ער זיך גאר ניט דינגען, וקרוב הדבר לבדע, אז בשעת ער וועט ענטפערן אז ער האט שוין א שליחות, און האט א שליחות הכמה זמן, און די שליחות זיינע איז דוקא אין חוץ-לארץ, און ער האט שוין דעם ארט און האט שוין דארט מצליח געווען, אדער האט שוין אנגעהויבן וכיוצא בזה, וועט מען אים ניט מבלבל זיין מיט קיין אנדערע זאכן וכיוצא בזה. וואס דאס איז א באווארעניש אויך, אז ס'ווערט דאך בלבולים, אז דער זאגט אז מ'דארף זיך פארנעמען מיט דעם ענין והראי אז ס'איז געווארן מחלוקת צווישן אידן און צווישן ארגונים, און דער זאגט אז מ'דארף אזוי טאן און אזוי טאן, און דער זאגט אז ס'דארף זיין אזא מ יחס צו ארץ הקודש, און ד איז חוקים דארטן, הנהגות דארטן וכיוצא בזה, איז ניט כדאי לגמרי ולגמרי, אז שלוחים זאלן זיך אריינלאזן אין א שקלא-וטריא, און אז מ'קומט צו זיי צוגיין און זאגט אים, היתכן, אז ליובאוויט זאגט כך וכך, אדער דו האסט געזאגט כך וכך וכיוצא בזה דארף ער ניט אריינגיין אין קיינע פלפולים, אין קיינע שקלא-וטריא'ס, על אחת כמה וכמה זיך ניט קריגן זיך, און בפרט נאך אז ווי
- proofread
- 0