Paragraph
Paragraph rh-dyhaacy2
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-wgb4248k
- order
- l
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- רבי'ן נשמתו עדן, און צוגעשריבן דארטן אין צריך להייתיק פארוואס ווייס און ניט האט ווי אזוי דארט צוגעשריבן? שטייט דארט אין חצה עיגל, אז פון די טעמים וואס בשבת טראגט מען בגדי משיח, דערפאר וואס דעמאלט איז מען העכער פון עולם העשי'והי צירה, פארבונדן מיט עולם הבריאה, אדער על כל פנים יצירה, ווי ס'איז העכער פון עשי.' וואס דאס אויך דער אויפטו פון משי, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט כמה וכמה ענינים, און אויך פון די ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן, כאמור, מיט שבת ויום-טוב, און ווי מ'האט דאך געזען די הנהגות פון רבותינו נשיאינו, אז בכל ענין של יום-טוב האט מען דאס אויך פארבונדן מיט בגדי משי, און דאס איז געווען פון די ענינים וואס זיי האבן געטאן בגלוי, במילא באווייזט דאך דאס, אז דאס איז ניט פון די הנהגות וואס זיי זיינען מיוחד לנשיא הדור, צו נשיאות, נאר דאס איז פון די הנהגות וואס מ'באווייזט און מ'איז מגלה. און ויהי רצון, והוא העיקר, אז פון דעם דיבור אין די אלע ענינים זאלן די אלע ענינים ארויס במעשה בפועל, בא יעדער אידן און בא אלע אידן, האנשים והנשים וטף, און זאל גלייך ארויס במעשה בפועל דער ביאת משיח צדקנו, וואס צוזאמען בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו ושכינתו וואס זי איז דערוויילע צוזאמען מיט אונז בגלותא, איז ארו אים ענני שמיא איז מען נאך ביום הששי, ביז אין קודש הקדשים, על אחת כמה וכמה דער המשך הימים שלאחרי זה, און מ'האט די אלע ענינים מתוך בריאות הנכונה ומתוך הבטחה גמורה, אז א אידן זיינען מחליט איז הקב'ה עוזרו נאך מערער, אז הקב'ה נעמט א אידישע מחשבה און איז מצרפה גלייך למעשה, צו א מעשה טובה, ווי ער איז מבאר אין תניא און פארשטאנדיק אויך בפשטות, וועט דאס גלייך מקויים ווערן אויך בפועל דער צירוף פון דער מחשבה מיט די מעשה וואס דאס ווערט צוגעשטעלט על ידי הקב'ה בכבודו ובעצמו, איז דאך אין מעכב בידו
- proofread
- 0