פסקה
פסקה rh-dxdd1b11
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-xa3c8jmg
- order
- RY
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און זיי קומען ביידע צוזאמען אלס איין און איינציקער המשך אין תורה, און דאס ווערט אויך אן איין און איינציקער המשך, כמדובר כמה פעמים, וואס ס'איז אויך נרמז אין די ווערטער און אין די נעמען פון ויקהל פקודו. וואס דאס איז דאך בכללות, די מעלה פון אידן איז דאך באשטייט דאך אין ביידע ענינים, אין איין פרט, וואס יעדער איד, ווי דערמאנט פריער, איז בשבילו אלס א יחיד נברא כל העולם כולו, בפרט נאך ווי די גמרא זאגט, אז למה נברא האדם יחידי כדי אז יעדער איד אלס א יחיד, ובכל זמן ובכל מקום, זאל ער וויסן אז ער איז גלייך צו אדם הראשון, וואס איז אויך נברא יחידי, און ערשט דערנאך איז צוגעקומען חוי, וואס זי איז דאך אויך געווען א עצם עצמי, ובשר מבשרי, ביז וואנענט אז ס'איז געווארן והיו לבשר אחד אז ס'איז געווארן איין און איינציקע מציאות. וואס דאס איז פארבונדן מיט דעם ענין פון פקודו, וואס דער ענין פון פקודו איז דאך אין דעם וואס יעדער איינער ווערט געציילט אלס איינער לא פחות חס ושלום, ועל דרך זה אויך לא יתר, דערפאר וואס מ'האט שוין אלץ נכלל
- proofread
- 0