Paragraph
Paragraph rh-dwgf8kzw
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-q6j18xxp
- order
- 9m
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס ס'איז געווען אמאל מיט זיין באבען אדער מיט זיין זיידן, אדער מיט צענדליקער דורות פריער, נאר דאס איז הוא עצמו יצא ממצרים דער פאטער אליין, און די מוטער אליין, און די קינדער אליין, און די אייניקלעך אליין זיינען געווען אין מצרים, און ארויסגענומען געווארן פון מצרים דורכן אויבערשטן אליין, וואס נגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקב'ה בכבודו בעצמו ובאלם, און האט דערפאר אויך אנגעזאגט, אז מ'זאל יעדער יאר, אז ס'קומט די טעג פון חמשה עשר בניסן, הויבט זיך דעמאלט אן דער יום-טוב פון זיבן טעג אין ארץ-ישראל און אכט טעג אין חוץ-לארץ, אין דעם ארט וואו מיר געפינען זיך איצטער, וואס בכל יום ויום האט מען די מצוה אויף ניט עסן וואס ס'איז ניט מצה און עסן דוקא מצה, ווי אויך די קינדער האבן דאס אויך געזאגט אין די ד'שאלות און די ד'קשיות, וואס מ'האט געפרעגט ביים ערשטן סדר, און דערנאך אין חוץ-לארץ אויך ביים צווייטן סדר, אז כל השנה עסט מען פארשידענע זאכן, משא'כ אבער אין די טעג פון פסח
- proofread
- 0