Paragraph
Paragraph rh-dt2kct13
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-q6j18xxp
- order
- 3G
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מ'געפינען זיך דאך אלע אין חג הפסח, וואס ווערט אנגערופן ווי מ'זאגט אין די תפילות און אין קידוש סמן חירותינו, אין צוזאמענהאנג דערמיט וואס דער אויבערשטער האט ארויסגענומען יעדער אידן און אלע אידן ממצרים, ווי מ'זאגט אויך אין דער הגדה וואס מ'האט געזאגט אין די ביידע סדרים, אז חייב אדם לראות עצמו פונקט ווי ער אליין איז געווען אין מצרים און מ'איז ארויס פון מצרים. און דערנאך איז מען אויך ממשיך, אז דאס איז ניט נאר בדיבור, נאר אויך דערנאך אז מ'טרינגט די ד'כוסות, און מ'עסט אויך די התמן חירותינו, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט דעם מצא וואס ס'איז דאך געווען אזוי ווי דערציילט אין חומש, אז אזוי ווי די חירות איז געקומען פלוצלונג האט מען ניט באוויזן צו ווארטן, במילא האט מען געגעסן דעם בצוק האט מען געגעסן אלס מצה, און דערנאך איז דאס געווארן אן אייביקע מצוה פאר יעדער אידן און אלע אידן אויף אלע דורות, אפילו אויך אויף די וואס זיינען שוין ערוואקסענע געווען דעמאלט, און די וואס זיינען קינדער געווען דעמאלט,
- proofread
- 0