Paragraph
Paragraph rh-drjn4xpr
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-641vg10n
- order
- K
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וידבר אלקים את כל הדברים האלה איז דאך אט דעמאלט געווען אלע נשמות שבגופים בא מעמד הר סיני, און אויך געווען די אלע נשמות פון משך כל הדורות שלאחרי זה, און אויך לפני זה, און אויך אין נשמות הגורים, ווי ער זאגט אין פרקי דרבי אליעזר, כמדובר כמה פעמים, איז וואס איז דא דער פירוש פון לומר? נאר דאס מיינט מען, אז יעדער איד, בשעת ער געהערט די עשרת הדברות, כולל אויך פון דורות העתידים באבין און די דורות וואס זיי זיינען געווען פאר דעם, האט מען יעדער אידן געגעבן דעם ענין פון לומר אז בשעת ער לערנט דערנאך תורה און זאגט א ווארט פון תורה איז האט ער דעמאלט דעם כח אז ביי אים זאל דאס ווערן מערניט ווי א לומר ער זאגט איבער ווארום פי יגד תהילתיך דאס איז אז ס'איז דא דער ענין פון תורה, און דערנאך איז דא דער איד וואס לערנט תורה, און ער איז אויך א מודיע זיין און מפיץ זיין תורה, נאר ער איז אויך נאכמערער, אז דער זאגן זיינע איז דאס מה בא אלן באמה וביראה וברתת וגזיע בשעת מתן תורה, איז אף כאן ווען יעדער איד, האנשים הנשים והטף, וואו ער זאל ניט זיין און ווי אזוי ער זאל ניט זיין, סיי בגשמיות און סיי אפילו זיין מעמד ומצב ברוחניות, איז בשעת ער זאגט א ווארט אין תורה אט דעמאלט זאגט מען אים, אז אף כאן דארף זיין באימה ובעירה וברתת ובזיע, דערפאר וואס ס'איז דעמאלט זאגט דאס דער אויבערשטער מחדש, און נאך מערער דאס ווערט אין אים אויך אריינגעגעבן אז ער ווערט א שומע ומקבל פונקט ווי ס'איז געווען דער מה להלן בשעת מתן תורה, אף על פי וואס ער איז געווען במשך הזמנים מיט שרים וגבולים און ארויס פון דארטן, פון מצרים, און נאך מערער אפילו ער איז נאך ניט ארויס פון מצרים, איז תורה איז דער עוז ותושי'ווערט פריער אין דער תורה וואס ער זאגט און לערנט, בא מדתים של ענינם, ביז וואנענט אז דאס דארף אויסגעדרוקט ווערן
- proofread
- 0