Paragraph
Paragraph rh-dqcs49j2
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-qbw9zq24
- order
- G
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- האדרין אז ס'איז געווען בכל יום ויום איז ער הולך ומוסיף, און האט אויך אזוי דורכגעטאן, אז כל בני ביתו מן המהדרין איז איז יעדערער באזונדער איז קומט צו דער שלימות פון הולך ומוסיף מיום ליום, און הולך ומוסיף מיום ליום אין אלע שבעת ימי השבוע, וואס דאס איז דאך די זיבן טעג לאחרי יום הראשון פון יום החנוכה. און אט דעמאלט האט מען אויך, כמדובר, די בחינה, אז ער האט די מעשה, אז די מעשה איז אויך געווען און איז, און איז אין אזא אופן א הכנה צו די מעשה וואס קומט גלייך למחרתו, אז דאס זאל זיין אויך אין אן אופן פון הולך ומוסיף ואור, נר מצוה ותורה אור און אלע ענינים פון אור און אלע ענינים פון תורה ומצוותי אף על פי וואס ס'איז שוין נאך חנוכה, און שוין א טאג נאך חנוכה, און נאך מערער ווי א טאג נאך חנוכה, און ער איז אלץ נאך הולך ומוסיף ואור. ואדרבא, וויבאלד אז דעמאלט איז דאס אינגאנצן בכח עצמו, אפילו ניט אט דעם כח וואס מ'גיט אריין אין א אידן דורך דערויף וואס מ'זאגט אים אז ער האט א נייע מצוה, און האט א נייע מצוה פון מהדרין מן המהדרין וכו' און אז דערנאך איז ער מוסיף מדילי אף על פי וואס לא נצתוה. און ווי גערעדט כמה פעמים בהנוגע צו דער אויפטו פון די שמחה פון הקפות, איז מערער אפילו פון די שמחה פון שירת היין, אפילו מערער פון שירת היין, וואס מי שלא ראה שירת שמחת בית השואבה לא ראה שמחה מימיו, וואס דאס איז אבער נאך אלץ, אויף סיי מים סיי עין און אפילו מעיין האט נאך אין זיך אויך אריינגעשטעלט א ציווי וואס דאס טראגט אויך צו אין דעם מקיים זיין. ובפרט אז דאס רעדט זיך דאך ביי א אידן, וואס ער איז דאך כולו א קבלת עולהיק, און גלייך ווי מ'זאגט אים מצד קבלת עולה נעמט דאס אים אינגאנצן דורך, און דאס איז אן ענין וואס ער טוט דאס אינגאנצן על דעת עצמו,
- proofread
- 0