פסקה
פסקה rh-dmqjpc22
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-kxvh042p
- order
- 2D
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אזוי כמוזכר לעיל, איז דאך פותחין בברכה בכל הענינים, על אחת כמה וכמה אין א יום טוב וואס אויך לעמוד ווערט דאך אויך אנגערופן דקראי קודש ווי דער אלטער רבי שרייבט אין דער הגהה בהתחלת פון הלכות שבת, און אויך אפגעפסק'נט בנוגע צו עניני שמחה דארף זיין ושמחת בחגך מן התורה בכול המועד, פונקט אזוי ווי די יום טוב, על אחת כמה וכמה וואס דאס קומט-צו ביום זה, אז ס'איז דער צווייטער טאג, חל המועד אין חוץ-לארץ, איז אט דעמאלט האט מען דאך שוין דעם רוב פון ימי הסוכות, וואס זיי זיינען דאך בכל הענינים שבע ימים, משא נכן בששה ענינים איז דאך דעמאלט דער עצרת, אז יום טוב בפני עצמו בלייבט דאך זיבן, און דער רבי פון די זיבן איז בשעת ס'קומט דער פערטער טאג, וואס דאס איז דער חידוש וואס קומט-צו ביום הרביעי פון ימי הסוכות, און וואס דערפאר איז דאס אויך אן ענין וואס איז פארבונדן מיט א שמחה, אף על פי וואס שמחה בכלל דארף האבן פנים חדשות, האט מען דא אט דעם חידוש וואס מ'האט שוין דעם רוב וואס רובו ככולו, וואס בעילא איז דאך דאס גופא שוין א חידוש, והא ראי'אז אין תורה עצמה איז דאך דא כמה ענינים אז מ'דארף האבן דוקא דאס זאל זיין אינגאנצן, און דער רוב איז ניט מספיק,
- proofread
- 0