Paragraph
Paragraph rh-dm9y4s0b
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-y46c9fhx
- order
- qJ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- נאר פון די אלע אידן פון כל קצוי תבל ווערט איין און איינציקער פאלק, אן עם אחד אפילו אז מ'איז מפוזר ומפורד בין הגויים, מ'געפינט זיך נאך אין זמן פון גלות, שטייט מען מיט אן אחדות יעדערער מיט אלע צוזאמען, ביז וואנענט אז אפילו גויים זעען אז דאס איז אן עם אחד, וואס זיי זיינען פארבונדן, און די אחדות זייערע איז פארבונדן, דורך דערויף וואס דתיהם שונות מכל עם זיי זיינען מקיים די אלע דתות, די אלע אויפפירונגען ווי זיי שטייען אין תורה אחת, און האבן אין דערויף ברכה והצלחה, וויבאלד אז דאס איז געגעבן געווארן די דתות פון דעם מלך הוי'אחד, ווי מ'זאגט דאך יעדער טאג אין קריאת-שמע, וכמה פעמים ביום, אין ענין הקריאת-שמע, אפילו די וואס זיינען מקצר-אין קריאת-שמע זאגן מערניט ווי איין פרשה אדער מערניט ווי ג'פרשיות, אן די איבעריקע זאכן אין ענינים, ווי ס'איז דא פארשידענע מנהגים בנוגע צו קליינע מיידעלעך אדער צו קליינע אינגעלעך וכיוצא בזה, אבער יעדערער זאגט דאך דעם ערשטן פסוק בשלימותו, וואס דער ערשטער פסוק איז דאך שמה ישראל הוי'אלקינו הוי'אחד איז מען ממשיך דעם הו אי אחד אין אלע אירע, אדער זיינע הנהגות אין אלע מעשים און דיבורים און מחשבות, על אחת כמה וכמה אז דו איז דאס ממשיך, אז ס'ווערט ושכנתי בתוכם ווערט דאס נמשך, און אין אן אופן גלוי, אז מ'גייט אריין אין דער הויז, זעט מען, אז דאס איז א הויז אין וועלכע ס'געפינט זיך און רוט געטלעכקייט, צוזאמען מיט אלע ברכות וואס דער אויבערשטער גיט, און די אלע זאכן צוזאמען ווערט ואולך אתכן קוממיות בפשטות, ווי רש'י טייטשט אפ, אז דאס גייט אויף דעם ביאת משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועלן אידן ארומגיין בקומה זקופה ס'וועט ניט זיין די זאך וואס על כל פנים בפנימיות טראכטן בא זיך, אז מ'געפינט זיך אין גלות קען מען האבן אן אויפגעהויבענע קאפ ווי ס'דארף זיין, אויפגעהויבן די אידישע קאפ פארבונדן
- proofread
- 0