Paragraph
Paragraph rh-dkwb0cze
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0xwp5ytq
- order
- Tv
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס דערפאר קומט נאך א תוספת יישר כח פאר די וואס האבן געטאן אין די האמורים, און האבן גענומען דערביי אויך החלטות אויף טאן נאך מערער מכאן ולהבא, וויבאלד אז זיי האבן געזען די הצלחה גדולה וואס ס'איז בא זיי געווען, און אויף וויפל דאס האט געווירט ארום זיי, און וואס ניט ווייניקער וויכטיק אויף וויפל ס'האט געווירקט אויף זיי אליין איז מ'זעט דאך ביי א אידן, ביז ביי א מענטשן בכלל, אז ער טוט א גוטע זאך, און זעט נאך, אז ער האט דערביי מצליח געווען איז דעמאלט ליגט מען דעמאלט אין טבע פון א מענטשן אפילו פון ניט-א אידן, על אחת כמה וכמה פון א אידן, אז דאס גיט אים צו נאכמערער חושק און שטארקייט און לעבעדיקייט אויף מכאן ולהבא טאן נאכמערער, ובלשון הידוע, אז מי שיש לו מנה רוצה מאתים, און מי שיש לו מאתים רוצה ד'מות, אז מ'האט שוין געטאן צוויי מאל אזויפיל, מ'וויל ניט טאן פיר מאל אזויפיל, און ווי גערעדט מערערע מאל.
- proofread
- 0