עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-dkbawbm6

kind
paragraph
order
hO
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ילישר הלבבות וכו.' על אחת כמה וכמה, אז דאס איז דאך אן ערב ראש השנה וואס שטייט אין פרשת האזינו, וואס דער האזינו איז דאך דער נאמען פון כל הסדרה כולה לכל הפסוקים שלה וכל הפרטים שלה, וכמדובר, און מ'דערמאנט שוין אויך פריער, איז האזינו איז מדגיש, אז דאס רעדט זיך אין א דבר שקרוב אליו, און דאס איז געווען דער אויפטו פון האזינו השמים בא משה רבינו, און אזוי האט ער אויפגעמאנט און אויפגעטאן, בפרט על ידי השירה הזאת אין אלע אידן, אז בא זאת זאל זיין כל עניני שמים, ס'זאל זיין אין אן אופן פון קרוב במילא איז דאך דער ענין פון האזינו. וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט דעם שאר-בלעבפ און מיט די הקדמה, און ביז מיטן שער-בלעטל, פון ספר תניא קדישא, וואס דארטן זאגט מען דאך קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו אלע דריי ענינים, בפיך ובלבבך ולעשותו, וואס דאס איז דאך מחשבה דיבר ומעשה, און אין דערויף זאגט מען, אז דאס איז קרוב און נאכמערער דאס איז אליך און נאכמערער דאס איז מאוד וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט בכל מאודך אז מ'גייט ארויס מכל מדידות והגבלות בזה, ובפרט נאך ווי דער המשך בזה בעזר השם יתברך, וואס דאס איז דאך אלץ דער לשון פון דעם אלטן רבי'ן. וואס דאס האט אויך א שייכות מיוחדה צו ערב ראש השנה, כידוע הסיפור, אז ערב ראש השנה איז דאך דער יום הולדת פון דעם צמח צדק, וואס בקשר ליום הולדת שלו, האט דער אלטער רבי געזאגט די ערשטע דריי פרקים פון ספר תניא קדישא, אף על פי וואס דער שרייבן בפשטות איז ארויס כמה זמן לאחרי זה, אבער דער זאגן דעמאלט איז גלייך איבערגע'חזר'ט געווארן און גע'חזר'ט געווארן, און זיכער אויך אראפ בכתיבה,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions