עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-djgp4dak

kind
paragraph
order
Lh
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ציילט ער אין דער סדרה, אז בשעת מ'איז געווען אין בית-המקדש, האט דער אויבערשטער געהייסן אז אידן זאלן בויען א משכן, און דער משכן זאגט דער אויבערשטער ועשו לי מקדש ער רופט דאס אן אז דאס איז א הייליקע זאך, אף על פי וואס דאס ווערט געמאכט דורך מענטשן, און באקומט דאס די הייליקייט פון דעם אויבערשטן, ביז אין אזא מין אופן אז דער אויבערשטער זאגט ושכנתי אז ער וועט אנשטאט צו זיין פארבונדן מיט הימלן ווערט ער פארבונדן דוקא מיט אט דעם מקדש אדער משכן וואס אידן בויען אים, און בויען אים אין א מדבר, אין א גלות. וויבאלד אז זיי טוען דאס לשמי, מ'טוט דאס צוליב דעם אויבערשטן, כדי דער אויבערשטער זאל האבן דערפון די מעגלעכקייט דורך דעם קומט גוטות און פארשפרייטן צדקה וחסד, און במיוחד פארשפרייטן תורה יעדער אידן און אלע אידן באקומט דאס דעם אויבערשטנ'ס ברכה והצלחה, אז אדרבא דאס ווערט דער עיקר ארט וואו דער אויבערשטער געפינט זיך, ביז וואנענט אז מ'זאגט דאס אין א משל, אין א דוגמא, אז דער אויבערשטער, אנשטאט צו זיין אין די עמלין, געפינט ער זיך צווישן אידן, דא אין גלות אפילו ווען דאס איז אין חוץ-לארץ, און דוקא דארטן זאגט ער ושכנתי דאס ווערט זיין עיקר בית, זיין עיקר משכן, און דורך דערויף ווערט אויך ושכנתי בתוכם דאס איז דער עיקר, אז דורך דערויף זאגט דער אויבערשטער ווערט זיין משכן די נשמה פון יעדער אידן און די הארץ פון יעדער אידן, און דורך דעם אויך די הארץ פון אלע מיטגלידער פון זיין משפחה, ביז וואנענט אז דער אויבערשטער זאגט, אז דער גאנצער הויז, די גאנצע דירה, ווערט דאס א מקדש מעד פאר דעם אויבערשטן, אנשטאט צו זיין אין די הימלען געפינט ער זיך אין יעדער אידישער הויז, און געפינט זיך דארט בשמחה ובטוב לבב.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions