עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-db14ggsw

kind
paragraph
order
6t
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
על דרך זה אויך פארשטאנדיק בנוגע צו אונדערט צוזאמענטרעפן זיך, וואס דאס איז אויך ווי ער האט גערעדט מערערע מאל אין א מקום מיוחד און אין א זמן מיוחד, אין אן ארט וואס איז אויסגעטיילט פון אנדערע ערטער אין וועלט, וואס ס'רעדט זיך וועגן כשר'ע ערטער און גוטע ערטער, אבער ס'האט נאך אין זיך א ספעציעלע קדושה וואס מ'טרעפט זיך אין אן ארט וואו אידן דאוונען צו דעם אויבערשטן, און וואו אידן לערנען דעם אויבערשטנ'ס תורה, און מאכן גוטע החלטות, גוטע באשלוסן, און הויבן אויך אן מיט געבן אויף צדקה, אז דאס זאל אויך צוגעבן נאכמערער, על דרך ווי דאס איז בהנוגע צו דעם מקום, צוגעבן נאכמערער אויך ווי דאס איז אין צוזאמנהאנג מיט דער צייט וואס איצטער האבן זיך דאך געטראפן געציילטע טעג פאר ראש-השנה, נוסף וואס בכלל איז דאס אין חודש אלול, וואס גאנץ חודש אלול איז זיך אויסגעציילט, ווי דער אלטער רבי ערקלערט דאס מיטן באוואוסטן משל, אז דעמאלט איז דער מלך בשדה אז דער אויבערשטער, וואס ער איז דער אמת'ער מלך, געפינט זיך מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן, אז
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions