Paragraph
Paragraph rh-da3zbmg6
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-82j3335t
- order
- V
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אין לימוד התורה בפנימיות איז דאך אויך דא סיי בנוגע צו תורה שבכתב סיי בנוגע צו תורה שבעל-פה, און נאכמערער, ס'איז דאך דא וואס מ'האט יעדערן פון אייך געגעבן א כח, אז ס'זאל זיין לאפשה לו אויף מחדש זיין אין תורה, ביז וואנענט ווי מחדש זיין אין אן אופן אז אויף דערויף זאל חל זיין דער נאמען אז דער איז א תלמיד ותיק, און ער האט געמאכט א חידוש אמיתי בתורה, ובפרט נאך כמינהו לאחרונה, אז מ'איז זיך משתדל אויף די זאכן צו וועלכע אויף וועלכע מ'הארעוועט און מ'קומט לידי שקלא-וטריא אמיתית, מיוסדת על כללי התורה זאל מען דאס אויך מפרסם זיין אין אן אופן בכתב אדער בדפוס, וכבדובר כמה פעמים בנוגע צו דעם מנהג אין שנים הכי אחרונות.
- proofread
- 0