Paragraph
Paragraph rh-d7q9v149
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-94rear9p
- order
- V
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- שעריך", און מ'קומט מיט אן אייגענע פארלאנג, מיט אייגענע קרבנות וואס ער איז זיכער מקרב און מקריב צו דעם אויבערשטן, זאגט רביעי גלייך אין אנהויבס אן, אז דעמאלט קוקט מען ניט אויף קיינע סדרי זמנה וכו,' און מ'גיט אים גלייך די אלע מעגלעכקייטן, א כהן הלוה און אויך א כהן, ווי רשי איז מפרש, אז כאטש אפילו דאס געהערט לכאורה צו אנדערע משמרות וכו וויבאלד אז ער איז געקומען מאחד שעריך און ברענגט זיין התקרבות מיט זיין מסירת-נפש אין דעם אויבערשטנ'ס מקדש, איז אט דעמאלט קען ער טאן די אלע עבודות וואס איז פארבונדן מיט זיין קרבן, און דער אויבערשטער בענטשט אים אין אלע פרטים וואס ס'איז דערמיט פארבונדן צום אלעם ערשטן, וואס דער אויבערשטער איז מקבל זיין גרייטקייט צו דינען דעם אויבערשטן מתוך שמחה וטוב לבב. און דאס איז פארשטאנדיק, אז דאס ברענגט אים גלייך הוי'הוא נחלתו, סיי בגשמיות סיי ברוחניות. ובמיוחד אז דאס קומט נאך אויס אין חודש אלול, וואס חודש אלול איז דאך דעמאלט המלך בשדה, אז דער אויבערשטער איז מלך מלכי המלכים הקב,"ה געפינט זיך מיט יעדערן פון אונז, אף על פי וואס דערוויילע זיינען מיר נאך בשדה, ניט אין דער גאולה און ניט אין ארץ הקודש, על אחת כמה וכמה בפשטות אין ירושלים עיר הקודש ובית המקדש, איז געפינט זיך דער מלך בשדה און מקבל יעדערן בסבר פנים יפות און מקבל זייערע בקשות, און נעמט זיי אלעמען מיט, אז זיי זאלן מיט אים מיטגיין לעיר מלכותו. וואס דאס איז אויך דער פשוט'ער אפטייטש אין דעם און די שפיגלונג, אז בקרוב ממש וועט מקוים ווערן דעם אויבערשטנ'ס הבטחה אין תורה, אז כלו כל הקיצין און שוין לאנג אז ס'קומען די צייט פון גאולה האמיתית והשלימה, איז כן תהי'לנו בתוך כלל ישראל אויף גיין צוזאמען מיטן מלך בשדה תיכף וביד ממש, אזוי אז מ'וועט קענען מסייע זיין דעם שיעור פון יום רביעי
- proofread
- 0