English
ספרייה
kind
paragraph
order
9X
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אחת פון מערערע יארן, און פונדעסטוועגן האט זי א באנייטן געשמאק און א באנייטע פרישקייט און א באנייטע לעבעדיקייט ווי ס'איז געווען דעם ערשטן מאל און דעם צווייטן מאל, ואדרבא, בשעת ס'גייט-דורך נאך א צייט, און מ'קוקט זיך צו צו די אייגענע קינדער אדער צו דעם אייגענער מאן, און אויך צו זיך אליין, און מ'זעט וואס מ'האט אויפגעטאן בעבר ביז איצטער, און ווי אז מ'גרייט זיך מיטן אויבערשטנ'ס הילף אויפטאן אויך פון איצט און ווייטער, וואס דאס איז דאך א סימן, אז דער אויבערשטער האט דעם פולסטן פארטרוי צו אט דער פרוי אדער צו דער מיידל, וואס גרייט זיך צו חתונה-האבן בשעה טובה ומוצלחת, און וואס די עלטערן ערציען איר אין דעם פאסענדן וועג, איז דאס גופא וואס דער אויבערשטער האט צו זיי דעם פולסטן פארטרוי באני נאכמערער און פרישט נאכמערער אויף דעם פארגעניגן און די שמחה און דעם אמת'ן פארגעניגן וואס מ'האט, אפילו פון די זאכן וואס חזר'ן זיך איבער, ווארום זיי זיינען שוין געווען עטלעכע מאל און מערערע מאל אין לעבן ביז דעמאלט, אז מ'האט אין דערויף נייע שמחה וכו.' און אחת כמה וכמה, אין א גאר גרויסער מאס איז דאס, רעדט זיך און מ'פארבינדט דאס, און ס'קומט אין דער צייט ווען מ'גרייט זיך צו באקומען די תורה, וואס בשעת מ'גיט א קוק אויפן קאלינדאר, און ס'קוקט אז ניט א איד, הויבט ער אן טראכטן בא זיך, ס'איז דריי טויזנט-דריי הונדערט יאר, זינט מען האט דעם ערשטע מאל באקומען די תורה, און דא איז אז ס'שטייט א גאנצער פאלק, און א פאלק צוזאמען, האנשים והנשים והטף, זיי קלייבן זיך אלע צוזאמען און גרייטן זיך אלע צוזאמען נאכאמאל לכאורה מקבל זיין די תורה דעם דריי טויזנט-דריי הונדערטן מאל, וויסנדיק אז דאס איז שוין געווען בא זיי אליין, און בא זייערע עלטערן און די באבעס און די עלטער-באבעס, און פונדעסטוועגן פראווענט מען א יום-טוב, און מ'מאכט קידיש, און מ'מאכט שהחיינו, און מ'מאכט א גאנצן שטורעם אין אזא מין אופן
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים