Paragraph
Paragraph rh-d4c7newt
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jt6yk0vc
- order
- GP
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- להבת לרעך ביז כמוך ממש, וועט דאס גלייך ברענגען דעם אחתה לו שיבוא אויך תיכף ומיד ממש, כמדובר כמה פנים. און וואס דערצו איז אויך אן עצה, אז ס'זאל זיין, כאמור לעיל, אז אחרית וראשית שלו, אז מ'איז מחנך שוין פון קינד-ווייז אויף, אז יעדער ענין וואס א איד טוט, און בכלל וואס ס'ווערט געטאן אין וועלט, האט דאס דערנאך א המשך ביז דאס האט אן אחרית, און די אחרית פון כל הדברים זיינען דאך הניני וראתי לשמש את קוני במילא דארף דאס זיין אין די אחרית פון יעדער אידן און פון אלע אידן, במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז דער אחרית איז פארבונדן מיטן ראשית, אז ער שטייט זיך שוין איין, אפילו ווען דאס רעדט זיך וועגן א קליין קינד, איז זיי מסביר, בלשון שלו ובסגנון שלו, אז דער ראשית שלו קומט דערנאך אויך א המשך ווי דאס קומט אן אחרית, דארף ער טאן התלוי בו, אז די ראשית זאל זיין אין אזא אופן, אז דער אחרית זאל זיין ווי דער קינד וויל, און וואס דאס רעדט זיך דאך וועגן א אידיש קינד, וויל ער דאך ברצון הפנימי שלו, און וואס דוקא
- proofread
- 0