עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-d2p00ym0

kind
paragraph
order
sF
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און אויך אין דעם לימוד פון פנימיות התורה, סיי די עבודה ווי מ'האט דאס, דער ענין פון חכמה בינה דעת בקשר, כדי ס'זאל זיין א הבנה עמוקה יותר אין דעם לימוד וואס איז פארבונדן מיט שבע מדות, און די שבע מדות שבשכל עצמם האט מען אויך די פנימיות ואמיתיות השכל שבתורה, צוזאמען מיט די פנימיות און די אמיתיות פון די מדות שבתורה, ושניהם יחד, ביז אין די אחדות אמיתית פון א הוי'יחיד ומיוחד, ווי געזאגט אין דער התחלה פון דער הושענא און דער ענין פון יחידה ליחדך, אז מ'איז נאך מוסיף יעדער איד און אלע אידן א יחוד אויך אין והיו הוי'למלך על כל הארץ הוי'אחד ושמו אחד און דערנאך האט מען זיך מסיים געווען אין ברוך שאין כביר מלכותו לעולם ועד און דערנאך אויך ממשיך געווען אין די פסוקים פון מטה הארותה פון שמיני עצרת און שמחת תורה, וואס דאס זאגט מען דאך אויך דריי מאל, כמנהג חב ד, און ווי ער זאגט דאס אויך אין סידור, אז דאס איז מנהג ותיקון, אז מ'זאל דאס זאגן דריי מאל, און סיי בשמיני עצרת און סיי בשמחת תורה, און גלייך נאך דערויף האט מען די שלימות
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions