עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

31 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ס'איז דאך כמדובר כמה פעמים, ס'איז דאך פותחין בברכה ווען אידן קלייבן זיך צוזאמען, אנהויבנדיק אפילו ווען דאס רעדט זיך אפילו מערניט ווי פון מיעוט רבים שנים, הילט מען זיך אויך אן שלום בתחילה ושלום בסוף, בפשטות, וואס מ'זאגט שלום עליכם און דער צווייטער אדער די צווייטער ענטפערט עליכם שלום. על אחת כמה וכמה, אז דאס רעדט זיך וועגן רבים מישראל, וואס ביי אידן אז ס'קומט-צו רבים אפילו לכאורה מערניט ווי בכמות, איז דאס מאתם ומובן וגם פשוט, אז דאס איז א רבים באיכות, ואדרבא זהו העיקר, וויבאלד אז דער עיקר פון אידן איז איכות, ובלשון התניא, אז עושה נפשם עיקר בגופם טפל, וואס בכללות איז דאך דאך אויך כולל ענינים רוחניים און ענינים גשמיים, ובפרט נאך אז מ'האלט גלייך נאך שבת בראשית, וכמוזכר לעיל, אז שבת בראשית איז דאך דעמאלט לייענט מען נאכאמאל די תורה מחדש, בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ און מ'האט דעם

2ענין און נתינת כח, אז יעדער ענין אין תורה ווערט דאס חדשים ממש, איז חדשים ממש על בריאות שמים וארץ אין אן אופן חדש, לגמרי לגבי ווי ס'איז געווען בשנה שלפני זו, אף על פי וואס שנה שלפני זו איז דאך אויך ווי אידן האבן איר א נאמען געגעבן דעם ראשי-תיבות, אז דאס איז שנת ה'תשנון איז דאס דער ראשי תיבות, הי'תהי'דער תהי'שנת ניסים, איז קומט די שנה שלאחרי זה, און מ'זאגט אז דאס איז הי'תהי'שנת אראנו נפלאות, וואס דא איז דאך א הוספה אין ביידע ענינים, אנשטאט וואס מ'זאגט פריער דער ענין פון ניסים, זאגט מען אין דעם ראשי תיבות, ס'איז דאך לכאורה דער אות נון איז דאך דאס דער זעלבער אות וואס ס'איז א ראשי-תיבות פון ביידע ווערטער האבן אבער אידן אנגענומען אין דעם מנהג, וואס מנהג ישראל תורה היא אין דעם מנהג פון שנים אלו, אז דעם ערשטן יאר האט מען א נאמען געגעבן אין ראשי-תיבות ניסים, און דעם צווייטן יאר, דו ויטציקן יאר, נפלאות, און וואס דער חילוק פון ניסים ווי נפלאות

3איז דאך אויך מובן, מלשון הרגיל ומורגל וגם פשוט, אז כימי צאתך מארץ מצרים מרנין נפלאות וואס דער ענין פון מצרים איז דאך געווען דער ענין פון ניסים, ביז עשרה ניסים, כסבר המשנה, משא'כן דער ענין פון דער זעלבער, אז לכאורה איז דער זעלבער נו ן, ווי ער קומט אין דעם ראשי-תיבות פון שנת נון אליף, עי'ט יהי'ש שנת נון אליף, איז אט דעמאלט האבן דאס אידן אנגענומען און מפרסם געווען וברוב תפוצות ישראל, וואס דעמאלט באקומט דאס א תוקף און א דין אין תורה, מצוות-עשה ומצוות לא-תעשה, כמדובר בארוכה אין די שנים שלפני זה. ס'קומט נאך צו אין דעם זמן עצמו קומט נאך צו דער זמן מיוחד, אז דאס איז אין דעם גלייך ובסמיכות צו שבת פרשה בראשית, וואס דעמאלט ווערט די בריאה נאכאמאל אין אן אופן חדש בתכלית ובפשטות ובברור.

4און ס'ווערט נאך מערער, אנשטאט די ניסים באקומט מען נפלאות,

5ובהדגשה, אז מ'זעט דאס בעיני בשר, און נאך מערער, אז ווי אזוי זעט מען דאס? נוסף וואס מ'קען דאס זען בכח עצמו האט מען נאך מערער אראנו, וואס דאס גייט דאך אויפן אויבערשטן, אז דער אויבערשטער באווייזט און איז מדגיש און נאכמער מפרש, אז דער נס איז א נפלא, ביז אז דאס איז נפלאות לשון רבים, און איז א נס גלוי, ניט נאר וועגן וועלכן מ'ווייס אדער וועגן וועלכן מ'האט געהערט און מ'האט געהערט מיט עדים נאמנים קומט דאס ניט צו די התעמתות און צו דעם רושם און צו די תוצאות וואס ס'קומט ארויס ווען מ'זעט דעם נס אין אן אופן של ראי און מ'זעט אים אין א ראי'הכי תקיפה און הכי שלימה, הכי מתכלית השלימות, דערפאר וואס דאס קומט אין אן אופן פון ארענו וכמדובר, איז דאס אויך מ'העט דאס א קשר מיוחד מיט יום זה, וואס דאס קומט מיום שלישי שהוכפל בו כי טוב וואס ס'איז געווען ביז תפילת-הארעוויס, בנוגע לכמה דינים, האט דאך דאס אויך בהלכות

6האט דאך דאס אויך די ענינים פון ווי איז עבודה און תפילות פארבונדן מיט חשבון צדק און קריאת-שמע של עמיטה וכו וואס דאס איז דאך אויף די ענינים אויף מחשבה דיבור ומעשה פון יום השלישי שבהתחלת המסלה זה, און ס'האט אויך די התחלה, און א התחלה וואס זי איז שוין כולל די אלע ענינים וואס דערנאך וועלן זיי זיין במשך פון כל יום הרביעי, וואס יום הרביעי איז דאך בין נתלו שני המאורות הגדולים, און אויך דער מאור הקטן, ווי ער איז געשטאנען און ווערט אנגערופן אין תורת אמת א מאור הגדול, ביז וואנענט ער ווערט אנגערופן אין די זעלבע ווערטער, אין דעם זעלבן כלל, אין דעם זעלבן ענין ווי דער מאור הגדול בפשטות, וואס דאס איז דאך אויך די הכנה קרובה וואס צום קיום היעודו לעתיד לבוא, והי'אור הלבנה כאור החמה זיינען זיי שני המונות גדולים, ולא די בזה, נאר דערנאך זאגט מען נאך, און מ'איז גלייך ממשיך, אז אור הלבנה וועט זיין שבעתיים כאור החמה, ביז ווי מ'טייטשט אפ שבעתיים,

7דאס איז זימה פעמים, שבעה פעמים שבעה, וואס דאס איז אותיות גשם לרמז, אז דאס קומט אויך אראפ בגשמיות, און ס'קומט ארויס אין דריי מאל די ענינים, איז דאך ווי מ'געפינט דאך כמה רמזים גלייך מתחילת שנה זו, ווי אזוי יעדער ענין שטייט אין אן אופן פון שלוש, על דרך ווי התחלת השנה איז דאך אויך געווען ווי די ג'ימים של קדושה רצופים די שני ימים ראש השנה, און לאחרי זה גלייך תוקף לזה, בלי שום אפסק דער יום השבת. ועל דרך זה אויך, ובפרט אין חוץ לארץ, בגלוי די ענינים פון די ג'ימים רצופים פון ימים ראשונים של חג הסוכות, און דערנאך אויך של ימים אחרירים של חג הסוכות, וואס דאס ווערט, כאמור, ג'פעמים ג'וואס דאס איז נאכמער מחלק די כל הענינים פון חוט המשולש, און די כל הענינים פון שלשה, כולל ובמיוחד.

8ובפרט וואס ס'איז נוגע אן ענין שהזמן גרמא, אז ס'זאל זיין צוזאמען מיט בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ אן עולם חדש, סיי שמים שלו און סיי של ארץ שלו און שני כל צבאיהם. ס'זאל זיין אויך אזוי בנוגע צו עיקר העולם, וואס עיקר העולם איז דאך דער ענין פון בית המקדש, וואס עולם בכלל איז דאך כדי ס'זאל זיין א דירה לו יתברך דוקא בעולם ווי דער עולם איז א תחתון, וואס דאס איז דאך געווען בגלוי אין דעם בית-המקדש, וואס הרבי'ן שטייט דאך בגלוי ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם און מ'איז מדגיש בזה, אז דורך דערויף ווערט אויך בתוכם בתוך כל אחד ואחת מישראל סיי אנשים און סיי נשים און סיי טף, אויך ג'סוגים, וכל אחד מזה איז דאך כלול פון ראש וטוח וסוף, אדער גדול וקטן ובינוני וואס דאס ווערט דאך אויך ג'פעמים ג'ג, וכמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, כמוזכר לעיל, אז ס'האט אויך א שייכות מיוחדה צו חלק אין תורה שבכתב,

9און ווי דער פירוש שלו אין תורה שבעל-פה, וכידוע הוראת נשיא דורנו, וואס ער האט מפרסם-געווען וועגן דעם לימוד פון שיעורי חתת, אנהויבנדיק פון דעם שיעור אין חומש, איז דאך דא דער פרשה נח, און אין פרשה נח עצמה, ווי מ'גייט אריבער און מ'גייט שוין אריין גלייך אין דעם שיעור שלו, וואס הויבט זיך אן פון רביעי ביז סוף רביעי, וסיום וחותם פון רביעי שבו ניתלו שני המאורות הגדולים, ניתלו מיט א טאג, און וואס אין אים רעדט זיך אויך, כידוע, וואס נשיא דורנו האט מפרסם-געווען די תורה פון דעם בעל שם טוב און פון דעם מגיד און פון דעם אלטן רבי'ן, און דערנאך בביאור פון רבותינו נשיאינו, אז ענין וועלכן ס'רעדט זיך אין דעם חלק החומש, ווי אזוי מ'האט אנגעזאגט און געגעבן כח נוח'ן, בפשוטו של כתובים, מ'האט דאך נוח געדארפט האבן א נתינת-כח מיט א נתינת רשות ער זאל ארויסגיין פון דער טובה וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין דעם שיעור חומש, און דער ארויסגיין זאל אויך זיין א מנת לעשות לו יתברך

10דירה בתחתונים, וואס דאס איז דאך דער תוכן הציווי, אז ס'זאל ארויסגיין פון דער טובה וכבשוה, אז מ'זאל כובש-זיין די כל חלקות שבעולם, ועל ידי זה כל העולם כולו, ביז אין אן אופן אז דאס ווערט א כיבוש על פי תורה, ווערט דאך דאס, כאמור בתורה, במילא על פי תורה, ווערט דאך דאס נכסיו ממש, וואס דעמאלט האט דאך דאס אויך די מעלה, אז ס'איז ניט אן ענין פון נהמא דכסופא וואס נהמא דכסופא קען דאך אויך זיין מידו המלואה הפתוחה הקדושה והרחבה, און למעלה מכל מדידה והגבלה. ס'איז אבער אט די מדידה והגבלה וואס דאס איז נהמא דכסופא און דאס איז על פי תורה אזוי, משא ין כן ווי ס'רעדט זיך אין דעם חלק חומש מיום זה, וואס מנה הויבט זיך דאך אן גלייך, נאך פאר תפילת ערבית, על אחת כמה וכמה אז מ'האט שוין מתפלל געווען תפילת ערבית, און מסיים געווען, כמדובר כמה פעמים, מתח צדיקים יודו לשמך גושבי ישרים את פניך אז די אלע ענינים ווערן מתיישב אין א פנימיות, און ווערן אין אן אופן של התיישבות אמיתית,

11און דאס ווערט אויך די הכנה קרובה צו את פניך זאל דאס זיין אין מקדש אדנ'כוננו ידיך וואס דאס איז דאך אויך, כמוזכר לעיל, דוקא דער מקדש השלישי, כמוזכר לעיל דער דיוק פון דוקא ענין פון שלשה. און דער שלשה גופא איז דאך כלול משלשה, וואס דער בית המקדש דארף דאך זיין על פי תורה דוקא פון דריי מדורים, פון דריי חלקים, ביז קודש הקדשים, וואס אין דערויף איז שוין נרמת, אלע דריי קודש איז איינע און קדשים איז צוויי, איז דאס צוזאמען דריי חלקים, וואס דאס איז בכללות, וואס דער בית המקדש איז דאך מחולק לשלש, און דער בית המקדש איז בקרוב ממש האט מען דעם בית המקדש השלישי, וועט דאס זיין שליש פעמים שליש. על ידי זה וואס אויך יעדער איד, ווי ס'איז אנגעזאגט געווארן און געגעבן כח אין סידור וואס דאס איז דאך סופר השוה לכל נפש, האט דער אלטער רבי אוועקגעשטאפט בסידורו השוה לכל נפש, נאך קודם התפילה זאל מען זאגן אז מקבל עליהם מצות עשה של ואהבת ליחו כמוך,

12וויבאלד אז רעחו איז כולל אלע שלוש, סיי כהנים און סיי לויים און סיי ישראלים, און דאס ווערט געזאגט על ידי כל אחד ואחת, סיי משתמתו מ'איז א כהן אדער א לוי אדער א ישראל, אדער א כהנ'ס אדער א לוי'אדער א ישראלית, וואס דאס איז דאך אויך כולל דער גור אשר בקרבך וכמדובר כמה פעמים, האט מען דאס דעם שלוש פעמים שלוש, וואס דאס ווערט א הכנה קרובה תיכף ומיד צום בית המקדש השלישי, און ווי אזוי אידן שטייען בגלוי, אין ואהבת לרעך כמוך איז דאס ניט סתם שלוש און יעדערער איז באזונדער, אף על פי וואס ער איז ניט בשטירה חס ושם ניט, אבער אויך ביחד עם זה איז דאך באזונדער, אדער אפילו ווען ער איז ניט באזונדער, ס'איז אבער אויך די התכללות, ניט בתכלית השלימות, ביז וואנענט די התכללות דארף זיין, כאמור, דוקא אין אן אופן וואס תורת אמת זאגט און איז מייד, און אז אזוי שטייט אין סידור, און אזוי האט יעדער איד אנגענומען היום בבוקר, קודם התפילה,

13על אחת כמה וכמה וואס דאס איז נאך אין חודש תשרי, און דאס איז דער חודש תשרי וואס ער איז מרובע במ�ועגות, און דער חודש תשרי פון שנת ארנו נפלאות וואס קומט אין א המשך על שנת ניסים ונפלאות, און קומט אין א המשך פון שנת תסמח און תסמח און שנת הקהל, כמדובר בארוכה אין די התוועדות שלפני זה, און אין א קשר מיוחד ליום רביעי זה, וואס תוכן הפרשה איז דאך, וואס דאס איז דאך א חלק פון תורה, מלשון הוראה, ווערט דאך דאס א הוראה מיט א נתינת-כח צו יעדערן וואס לערנט תורה שבכתב, וואס אין דערויף זיינען דאך סיי אנשים און סיי נשים און סיי טף, זיי האבן דאך יעדערע א קשר, מורשו קהלת יעקב יעדערער וואס געהערט צו קהלת יעקב איז תורה צוה לאדם משה וואס בפשטות גייט דאך דאס אויף תורה שבכתב, וואס דאס איז געווען צוה, משא'כן תורה שבעל פה קומט-צו מידי שנה בשנה ביז מידי יום ביום, על ידי לומדי תורה, על אחת כמה וכמה על ידי תלמיד ותיק,

14עתיד לחדש ביז וואנענט אז תורת אמת איז מעיד אויף אים, אז דאס איז זיינער א חידוש ביז מקראת על שמו, און ווי דער תוכן פון דעם חלק פון יום רביעי זה פארשטייט אין דעם, אז תמורת זה וואס איז געווען לפני זה, בעל הטובה, וכידוע וואס נשיא דורנו האט מפרסם-געווען תורת הבעל שם טוב והמגיד,

15ורבינו הזקן, און מיוסד אויף כתבי האריז ל אין פירושי הכתובים, אז תחתיים און שנים און שלישיים גייט דאס אויף כללות ענין סדר ההשתלשלות, וואס בכללות באשטייט דאס פון שלשה ביעי הכלליים ביז ביעי הפרטים, וכמוזכר כמה פעמים. וואס על פי זה איז אויך נאכמערער מובן אט דאס וואס מ'זאגט אויף דער גאנצער טובה, אז ואל עמה תכלנה מלמעלה, אז עמה איז דאך שתיבות אלקינו מלך העולם, וואס דאס איז דאך אויך, וויבאלד אז דאס רעדט זיך פון עולם ווי ער באשטייט פון די אלע דריי, זעט מען ווי אזוי אלקינו ווערט ער מלך העולם, אז אט די עבודת פון אידן בכלל, ובפרט אנהויבנדיק פון ראש השנה, וואס דעמאלט איז מען דאך ממליך און מ'מאכט דעם אויבערשטן פאר אלקינו, ביז וואנענט אז מ'מאכט דאס בנתינת-כח פון דעם אויבערשטן, ווי דער אויבערשטער בעט דאך בא יעדער אידן און ביי אלע אידן אז אמרו לפני אז ס'זאל זיין מלכיות און זכרונות

16ושופרות שתמליכוני עליכם, כדי ס'זאל זיין דער יעלה זכריכם לפנוך לטובה, און במה בשופר, וואס דאס איז ד'עמול ענינים פון מלכיות און זכרונות און שופרות, וואס מ'האט דאס גלייך מכריז געווען בתחילת השנה, וואס דאס ווירקט אזוי, וכבפרט על די פי ער מבואר אין ספרים, אז דאס וואס ס'שטייט אז שנה שיורשה בתחילה איז מתעשרת בסופה, איז דאס וואס מ'מיינט רשע איז ניט רשע מיט א היטם, אבער מיינט מען דאס ניט חס ושלום עניות בגשמיות, נאר דאס מיינט מען, אז כרשים וכדלים איז מען מתפלל לפני הקב",ה נאך אין ימי הסליחות, און מ'טוט דאס אויך וויסנדיק דערביי, אז דאס איז במוצאי מנוחה וואס דער אויבערשטער האט אויסגעקריבן געבן מנוחה דוקא לעמו ישראל, ווי ער זאגט אין מדרש, אז דאס שבת איז אויסגעטירט די מנוחה אמיתית, אין מנוחה אמיתית, פון כל הימים כולם, און אידן האט דער אויבערשטער אויסגעטירט פון כל העולם כולו, ועל דרך זה פון כל האומות כולם,

17האט דער אויבערשטער מחליט געווען און האט אפגעגעבן די מנוחה לכל עמי ישראל, האנשים והנשים והטף, ביז וואנענט אז דאס ווערט אין אן אופן פון א שידוך, ווי ער איז מבאר אין מדרש, וואס שידוך איז דאך ענינו, אז ס'איז דא על כן יעזב איש, ביז וואנענט אז והי'לבשר אחד ס'ווערט גלייך מעשים טובים, על ידי התאחדות, וואס א איד איז זיך יורד ומתלבש בעולם, ביז ער איז זיך מתאחד מיטן עולם אויף מאכן פון אים אן עולם אחד ויחיד, צו דעם אויבערשטן, וואס ער איז דאך א קול מלך ויחיד, וכמוזכר בארוכה אין התוועדות שלפני זה, ועוד והוא העיקר, ווי אין דעם חלק התורה פון יום זה, וואס ס'הויבט זיך אן גלייך בתחילת פון יום הרביעי איז, אז ס'זאל זיין תמורת ווי ס'איז געווען די עבודה אין חודש, תשרי בכלל,

18ובפרט אין די עבודה אין די עשרה ימים שבין ראש השנה ליום הכיפורים, ולפני זה אין ימי ראש השנה עצמם, וואס דעמאלט איז דאך מצות היום בשופר, וואס שופר איז דאך עניני המלכת המלך, כמבואר אין דער תניא פון תקיעת שופר און דאס איז דאך מצות היום בשופר אז דאס איז דער עיקר מצוה פון ימי ראש השנה, וואנענט אז מ'זאגט אויף דערויף מצות היום יום אריכתא וויפל שעה דער טאג זאל ניט האבן, איז דאס אלץ דער זעלבער יום, לאור יום, ביז וואנענט אז דאס ווערט א יום אריכתא ווי דער אלטער רבי איז מפרש, ליום שכולו ארוך, שגם בתחילתו הוא ארוך אז גלייך נאך אין תחילת יום ראש השנה, ביז אפילו אין תחילת ליל ראש השנה, און גלייך נאך בהדלקת נרות פון יום ראש השנה, יום הראשון, על ידי נשי ובנות ישראל, ווערט גלייך ביי א לוחטן דער בית הפרטי של כל אחת ואחת, און דורך דערויף חלקו בעולם, און דורך דערויף דער כל העולם כולו,

19וועלט ווערט באלויכטן מיט אן אור אמיתי און אן אור נצחי, ווארום דאס איז פארבונדן מיט א מצוה נצחית, הדלקת נר שבת ויום-טוב, על אחת כמה וכמה הדלקת נר פון דער ראש-השנה, וואס קומט בהמשך גלייך דריי מאל הדלקת הנר, ביום ראשון של ראש-השנה און ביום שני של ראש השנה, נאך דערויף, בסמיכות ממש, דער יום שבת תשובה און תשובה, וואס ס'קומט בהמשך אן כן שום הפסק, טינדט אן יעדער אשה ובת ישראל, וכמנהג חבד גלייך ווי די בת איז אין מדרת על-דעתו און פארשטייט דעם ענין, אפילו אז זי פארשטייט דאס לפי שיח לה, איז זי שוין מקיים די הדלקת נרש שבת ויום-טוב, כולל בשנה זו די הבכלת השנה, הבכלת השנה, הבכלת נר ג'פעמים רצופים די שני ימים, ראש השנה און יום השבת שלאחרי זה, און דאס געוואוינט איין, ווי דער מנהג איז דאך, אז כדי מ'זאל קענען זען אז ס'זאל זיין אלץ כשורה וכדרוש צינדט אן דוקא די בת הקטנה, איידער ס'צינדט אן עמה אדער החות

20הגדולה, כדי מ'זאל איר קענען ארויסהעלפן און מחנך זיין ווי אזוי זי זאל אנצינדן די נרות, סיי פון ראש השנה און סיי פון וואס דאס ווערט אויך התחלה אויף כל הימים טובים כולם, וואס יום וואס חודש תשרי איז דאך מרובע במ�ועדות, און דערנאך אויך דער יום שבת שלאחרי זה, וואס דאס איז דאך אויך, כמוזכר, עיל דער תוכן פון דעם חלק בתורה פון יום זה, אז מ'האט געזאגט מוח און געגעבן אים רשות, און געגעבן אים דעם כח, אז ס'זאל זיין דער צום מן הטובה, תמורת זה וואס פריער איז געווען בעל הטובה, ווי דער אפטייטש דורך דעם בעל שם טוב און דעם מגיד און דעם אלטן רבי'ן, ביז ווי אין כתבי האריז ל, אז מ'זאל אריינגיין אין טובת התורה והתפילה, איז דאך פארשטאנדיק ולכאורה פשוט, אז מ'דארף דארטן זיין כל משך ימי חייו, ווי מ'זאגט דאס אויך בארוכה אין דער תפילה פון לדוד הוי'אורי וואס מ'הויבט אן זאגן שוין אין חודש אלול, און מ'זאגט דאס פעמיים בכל יום כמנהג חב אד, כמוזכר כמה פעמים, זאל דערנאך אויך זיין די עבודה וואס זי איז, לכאורה,

21ניט קיין פארשטאנדיקע, אז ס'איז דאך דער ענין פון א אידן דארף דאך זיין, ווי מ'זאגט אין תפילות לך דוד, הוי'אורי אז מ'זאל זיין תמיד ובתמידות ובלי שום המסר, דוקא בבית הוי על דרך זה אויך בעבודה דוקא אין דער טובה פון טובת התורה און טובת התפילה, איז מדגיש דער חלק החומש, וואס דאס איז דאך תורה שבכתב, ובפרט על פי פירושו, לויט די פירושים פון די פסוקים אין תורה שבעל פה, אז ס'איז דא א ציווי פון דעם אויבערשטן, און די ציווי במיוחד הויבט זיך אן אין חודש חשבון, וואס דעמאלט איז דער שלמה הות אין ויעקב הלך לדרכו, אבער לפני זה איז דאס שוין לפני זה, גלייך נאך דעם לעצטן שבת פון חודש תשרי, וואס מ'געפינען זיך שוין נאך דעם לעצטן שבת אין חודש תשרי, על דרך זה אויך נאך פריער דער יעקב הלך לדרכו, ווי דאס איז ווען מ'גייט ארויס, כמבואר אין דרשות חז.ל, אז דאס וואס מ'זאגט, ווי דערמאנט פריער, אז רשע

22בתחילתו, מתעשרת בסופו, איז דאך חס ושלום צו זאגן, אז דער אויבערשטער לאזט אידן אין א מעמד ומצב פון רשע, אפילו רשע מיט א ה'על פי תורה, צוזאמען מיט עשירות גשמיות, דארף מען אויך האבן, אז דער אויבערשטער גיט גלייך אידן עשירות גשמיות ורוחניות, ורוחניות וגשמיות, וגם יחד שניהם ביחד, איז דאך אויך ווי מ'טייטשט דאס אפ בכמה ספרים, אז ווען איז ער מתעשרת בסופה? איז דער תחילתו איז דאס אין תחילת התקיעות, און מתעשרת בסופה בא סיום התקיעות ווערט גלייך דער ענין פון עשירות בכל הענינים ובכל הפרטים, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, ובפרט נאך לויט מנהגינו שנתפשט בכל ישראל ומנהג ישראל, אז ס'זאל זיין דוקא די תקיעה פון מאה קולות, וואס מאה איז דאך כולל כל הברכות כולם, וואס דערפאר איז דאך אויך דער דין, אז מ'זאל מברך זיין בכל יום מאה ברכות, ועד כדי כך, אז דער אלטער רבי בשולחן ערוך שלו, איז ער גלייך

23רעכנט ער אויס בפרטיות דעם ענין פון דעם מאה, אף על פי וואס בכמה ענינים בשולחן-ערוך דערציילט מען מערניט וועגן דעם ציווי, צי דאס איז א ציווי אז ס'זאל זיין שלשה ענינים, אדער חזירות ומאה ברכות בכל יום, שטעלט דאס גלייך אריין דער אלטער רבי אין הלכות תפילה פון ימות החול, וואס דאס איז דאך די תחילת ספרו אין שולחן ערוך רעדט זיך דאס וועגן תפילת ימי החול, וואס דאס איז רוב הימים, וכמדובר כמה פעמים, און באגנוגנט זיך ניט, דערציילנדיק אז מ'זאל וויסן זיין אז ס'איז דא מאה ברכות בכל יום, און דערנאך איז דאך דארף ער זיך ניט פארנעמען זיך אליין מיט אויסרעכענען יעדער ברכה בפרטיות, רעכנט ער אויס יעדער ברכה בפרטיות ועד כדי כך, אז בשעת ס'איז דא א יום וואס דעמאלט איז דא ניט קיין ריבוי אין ברכת הפירות וכיוצא בזה, איז גערעכנט ער אויך בפרטיות, ווי אזוי מ'באווארנט, אז בכל יום ויום זאל זיין דער מספר פון מאה ברכות, און ווי פארשטאנדיק פון דעם ענין עצמו איז דאס מערניט ווי דער מספר כללי, משא'כן בפרטיות איז דאך דא א הארבה יותר

24פון מאה ברכות, ווי מ'זעט דאס בפירוש הפשוט אין דעם ביאור פון דעם אלטן רבי'ן, אז דאס איז א סך מדר פון מאה ברכות, און די ברכות זיינען גאר ברכות כלליות, אפילו ווען ער רעדט דארטן וועגן א ברכה אויף א פרי פרטי, איז דאך דאס אבער אויך כולל כמה פירות וואס ער עסט בהמשך אחד, ועל דרך זה בהנוגע צו שתיית מים, מיט דער ברכה, שהכל נהי'בדברו איז דאך דאס כולל כמה שתיית וכל השתיית וואס קומען בהמשך אחד אן א הפסק פון א דבר וואס איז ניט מעין זה. ועוד והוא העיקר, אז מ'האט גלייך דעם חלק אין שולחן-ערוך וואס ווערט אנגערופן בשם אורח חיים ווערט דאס אן אורח חיים של כל אחד ואחת, אנהויבנדיק פון א התחלה פון שולחן-ערוך, אז ס'הויבט זיך גלייך אן פון תיקון חצות, וואס דער ענין פון תיקון חצות איז דאך אז מ'זאל מתקן זיין חצות לילה, און דאס זאל ווערן עירה השחר, אז ס'ווערט גלייך אויפגעוועקט דער עמוד השחר, ותוקף לזה ווערט גלייך ובסמיכות לזה, ביז אויך בתוקף לפי ערך בזה

25ווערט גלייך דער עלות החמה, ווי דערמאנט פריער, אז ס'איז דא דער ענין טאקע פון ווי ביי יום הרביעי, אז ס'איז אויך נתלו שני המאורות, סיי דער חמה און סיי די לבנה, ווערט גלייך אויך והיו אור הלבנה כאור החמה און דערנאך שטעלט מען זיך ניט אפ חס ושלום בזה, ווארום יעדער איד, אנשים נשים וטף, זיינען דאך דוקא אין אן אופן פון מהלה, און אין אן אופן פון מהלך, ביז ווי געזאגט אין חלק חומש פון יום זה האמור, אז ס'זאל זיין וקישוה, אז דארט וואו ער גייט ווערט דאס א הליכה, על דרך ווי מ'האט אנגעזאגט דער אחד הי'אברהם אז ס'זאל זיין לוחץ אלך בארץ און דורך דערויף האט ער כובש געווען את הארץ, כפירוש רש א, ביז אויך כובש געווען גלייך דעם ענין פון אלע שבע אומות, און נאך מערער אויך די קני קניזי וקדמוני, כמוזכור לעיל. און דאס ווערט די הכנה קרובה, די החלטות צובות בכל ענינים האמורים, ובפרט נאך אז מ'מאכט יעדערן און יעדערע, ביז אויך קטנים וקטנות ממש, א שליח אדער א שליחה פון צדקה, דורך געבן אן ענין של ממ�שות,

26לכל אחד ואחת, ביז צו קטנים וקטני קטנים הנמצאים כאן, און מ'זאגט זיי אויך, ווי דערמאנט פריער, אז היינט אין דערפרי האט יעדער איד אנגענומען אויף זיך, ועל כל בני ביתו, דער ואהבת לרעך כמוך איז מען כולל, און מ'מיינט גאר בעיקר, דוקא די קטנים וקטנות, חנוך לנער על פי דרכו, איז גם כי יזקין לא יסור ממשיך ווערט דאס גאר א סגולה אויף אריכות ימים וזקנה, ביז אן אמת'ע זקנה און א גרויסע זקנה, ביז א זקנה למעלה ממדידה והגבלה, ווארום מ'גייט גלייך אריין למעלה ממדידה והגבלה פון זמן, און מ'גייט אין דערויף אריין דוקא פון לימוד התורה וקיום המצוות בזמן, וכמוזכר לעיל. און ס'ווערט גלייך, כאמור, צוזאמען מיט דער קבלה פון דער שליחות, ובהוספה מיט דילי ווערט גלייך דערנאך דער המשך בלימוד התורה ובקיום המצוות, ביי אנשים נשים וטף ובאופן דער הולך ומוסיף ואור ועוד והוא העיקר, אז ס'ווערט ווי כתוכן החלק אין דער פרשה נח, און וואס גלייך בהתחלת הפרשה

27פרשה זאגט מען נח נח שני פעמים, נחי בעליונים און נחי בתחתונים, ואדרבא, התחלה איז גאר דער נחי בתחתונים און דורך דערויף ווערט אויך דער נחי בעליונים ושניהם ביחד, און ס'ווערט ווי דער חלק אין דער פרשה נח נח עצמו דער חלק הרביעי'שבו, וואס דארטן איז דאך דער תוכן, אז ס'ווערט דער קישוע פון כל ארץ התחתונה עלה זו, אנהויבנדיק פון חלקו בעולם, און אין אן אופן פון כיבוש אמיתי, וואס דאס איז כולל דער כיבוש פון שבע ארצות, און גלייך תיכף לזה אין ברית בין הבתרים צו אחד הי'אברהם, און דער גלייך לאחרי זה דער כיבוש פון קיני קניזי וקדמוני, און מ'האט זיי אלע ענינים בפשטות, די גאולה האמיתית השלימה האט מען גלייך דעם כיבוש, און אין אן אופן פון כל ישבוה עלי פון שבעה ארצות און פון שבעה אומין און גלייך נאך און גלייך און צוזאמען דערמיט אויך דעם כיבוש פון עשר אומין, כולל אויך, אז אין לימוד התורה האט מען, און אין עבודה על פי התורה האט מען די ביידע ענינים, סיי די עבודה אין די שבע מדות און סיי די עבודה אין די ג'מוחית,

28און אויך אין דעם לימוד פון פנימיות התורה, סיי די עבודה ווי מ'האט דאס, דער ענין פון חכמה בינה דעת בקשר, כדי ס'זאל זיין א הבנה עמוקה יותר אין דעם לימוד וואס איז פארבונדן מיט שבע מדות, און די שבע מדות שבשכל עצמם האט מען אויך די פנימיות ואמיתיות השכל שבתורה, צוזאמען מיט די פנימיות און די אמיתיות פון די מדות שבתורה, ושניהם יחד, ביז אין די אחדות אמיתית פון א הוי'יחיד ומיוחד, ווי געזאגט אין דער התחלה פון דער הושענא און דער ענין פון יחידה ליחדך, אז מ'איז נאך מוסיף יעדער איד און אלע אידן א יחוד אויך אין והיו הוי'למלך על כל הארץ הוי'אחד ושמו אחד און דערנאך האט מען זיך מסיים געווען אין ברוך שאין כביר מלכותו לעולם ועד און דערנאך אויך ממשיך געווען אין די פסוקים פון מטה הארותה פון שמיני עצרת און שמחת תורה, וואס דאס זאגט מען דאך אויך דריי מאל, כמנהג חב ד, און ווי ער זאגט דאס אויך אין סידור, אז דאס איז מנהג ותיקון, אז מ'זאל דאס זאגן דריי מאל, און סיי בשמיני עצרת און סיי בשמחת תורה, און גלייך נאך דערויף האט מען די שלימות

29בזה, וואס דאס קומט ארויס בגלוי, דורך דערויף וואס גלייך נאך דערויף האט מען דעם יום השבת פון שבת בראשית, און גלייך נאך דערויף הויבט זיך אן בתפילת המנחה שאין די קריאה, נאלה תובלות נח נח נאך סיי בא ליונים און סיי בתחתונים, און סיי בתחתונים און סיי בא ליונים, ביז אין אן אופן פון דער חלק הסדרה פון יום זה, פון יום הרביעי, שבו ניתלו שני המאורות הגדולים אז ס'זאל זיין דער ענין פון כבשוה, און ס'זאל זיין דערנאך גלייך דער כיבוש, און אהבה אלע שבעים אומות וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אויך אין דעם חלק התורה, כמוזכר כמה פעמים, זאל אויך זיין א כיבוש אמיתי, אז פון אלע אומות ווערן זיי, און לא היתה להוי'המלוכה אז יעדערער זיי אלע צוזאמען ווערט והיתה להוי'המלוכה ביי יעדערן פון זיי, און דורך דערויף וואס זיי זיינען מחריב על דאס וואס אידן האבן שוין מחליט געווען און פועל געווען אין תחילת ראש השנה ובתפילת ראש השנה, ובפרט על ידי תקיעת שופר, אז דער אויבערשטער ווערט מלוך על העולם כולו בכבודך ביז מ'רעדט

30רעכנט דערנאך אויס אין די אלע ג'חלוקות כלליות פון בריאה, יצירה ועשי וואס דאס איז דאך דאס די דריי לשונות שבסיום ברכה זו, ועוד והוא העיקר, אז ס'ווערט גלייך דער כבשופר גדול לחירותינו, וואס דאס איז א שופר גדול און א גאולה גדולה, ותיכף ומיד ממש, און דאס ווערט אין אן אופן וואס דער אויבערשטער איז תוקע, איז דאך פארשטאנדיק, אז ער פירתי עוד בתכלית השלימות ווערט כל ישבי'לב אין די ארץ פון עשר אומות, צוזאמען מיט כל עניני עשר העשירי יהי'קודש, ועוד והוא העיקר, ווי דער חלק פון דער תורה וואס איז פון היינטיקן טאג, אנהויבנדיק פון התחלה פון היינטיקן נאכט, פון דער נאכט, אז ס'ווערט גלייך, כמוזכר לעיל, וואס מ'האט שוין מכריז געווען, אז צדיקים, וואס ועמך כולם צדיקים ווערט גלייך דער ענין פון אך צדיקים יודו לשמך ישרים את פניך, און אין אן אופן פון אראנו און אין אן אופן פון נפלאות, ותיכף ומיד ממש, ובלי שום הפסק, אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו ארוים ענני שמיא געפינט מען

31דאך גלייך בארצנו הקדושה, און דארט אין בירושלים עיר הקודש, ובהר הקודש, ובבית המקדש און אין קודש הקדשים, ועוד ועיקר תיכף ומיד ממש, און די צדקה איז דאס נאכמער מזרז, ביז וואנענט אז דאס ווערט תיכף ומיד ממש, ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions