עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-d24fpzt2

kind
paragraph
order
NW
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
זיין אין אן אופן, אין צוגאב צו אייגענע ליכטיקייט אויך א נר להאיר, און ווי רש",י איז אויך מפרש גלייך, אז בהעלותך את הנרות ווען איז מען מקיים בהעלותך את הנרות? אז ס'איז ניט סתם אז מ'צינדט-אן דער ליכט און זי איז לייכט, נאר ס'ווערט אין אן אופן בהעלותך מ'הויבט איר אויף אין אזא מין אופן אז זי זאל האלטן אין איין ארויפגיין און שטיין אלץ העכער און העכער, דורך דערויף וואס ער ווערט אט זי ווערט א נר להאיר, און דעם להאיר מאכט ער אויך פון דעם וועמען ער מאכט ליכטיק ער זאל אויך ווערן א נר אדער זי זאל אויך ווערן א נר להאיר, און אויך די וואס ער אדער זי וועלן לאנגען ליכטיק מאכן אזוי נר הוי'נשמת האדם זאל זיין אין אן אופן דורכגענומען מיט נר מצוה ותורה אור, זאל אויך זייערע מושפעים ומושפעות אויך זיין אין דעם אופן, ביז וואנענט אז מ'נוצט אויס יעדער מעגלעכקייט און יעדער ענין פון זמן ומקום, אז דאס זאל מתאים זיין און דאס זאל נאכמער ארויסהעלפן בהנוגע צו כל ענינים האמורים, ובעיקר ארויסהעלפן אז יעדער וואס האט א חלק אלוקה ממעל ממש, וואס דאס איז דאך האנשים און סיי הנשים און סיי הטף, זאל אויסנוצן דעם כח וואס ער האט אלס חלק אלוקה ממעל ממש, אז ס'זאל זיין שלהבת עולה מאלי'און אין אזא אופן, אז דאס זאל אויך זיין פארבונדן על דרך ווי ס'ווערט דערציילט אין דער פרשה, אין פהלותך את הנרות אז דאס רעדט זיך וועגן א מנורה שבבית המקדש, וואס זי שטעלט זיך דאך דאך מיט זיך פאר דעם גאנצן אידישן פאלק, ווי ערקלערט אין תורה שבעל פה בנוגמתי
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions