עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-czg5qk2p

kind
paragraph
order
Xo
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ושבית שבעי ונתתה מיט די אלע ענינים שלאחרי זה. נאר כאמור איינער פון די פירושים, און אויך על דרך הפשוט, א איד האט קיין שייכות ניט קיינע מלחמות. ער איז א בן מלך, און א בן מלך יחידו של מלך, וואס ער איז סמוך על שולחן אביו. וואס האט ער פאר א שייכות צו מלחמות, וואס פאר א מלחמות ס'זאל ניט זיין? אפילו מלחמה פון לכשון לחם, א מלחמה כדי ער זאל באקומען פרנסתו, פרנסת אנטשי ביתו, דארף ער מלחמה-האבן מיט נאי העולם, מיטן טבע העולם, און דארף דערצו זיך אריינלאזן אין פארן מעבר לים, אדער אנדערע ענינים מסחר, וואס זיי זיינען לכאורה פארלאנגען זיי דערנאך בענטשן ברכת הגומל, אויב ער איז פירוש מפני פרנסתו אין מדינת הים, איז דערנאך אז ער קומט צוריק לביתו, דארף ער מאכן ברכת הגובל, אפילו ווען ער איז פורש געווען אין מדינת הים כדי צו באקומען פרנסתו ופרנסת בני ביתו. וואס דאס איז אויך ווי דערמאנט פריער, און אומקערן זיך צו פרשת השבוע, אז מ'זאגט כי תצא למלחמה א איד האט קיין שייכות ניט צו מלחמות, אפילו צו מלחמות פון מלחמת חובה,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions