Paragraph
Paragraph rh-cwsyecfr
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-sydvrb8q
- order
- 7k
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ניט נאר אין אן ענין פון א מצוה צו דעם אויבערשטן, נאר אויך אין א מצוה בין אדם לחבילו, אז מ'טוט גוט א אידן, האט דאס א ספעציעלע הצלחה מצד דעם ענין פון דעם טאג, על דרך ווי מ'געפינט דאך אויך בכמה ענינים, אז ס'איז דא ספעציעלע צייטן וואס זיי זיינען מסוגל צו ספעציעלע אונטערנעמונגען, ובפרט פאר ביזנעס לייד דארף מען דאך ניט מסביר זיין ווי אזוי ס'איז דא ספעציעלע צייטן אין יאר וואס דעמאלט איז מער הצלחה אין מסחר זאכן, ווארום דעמאלט קלייבט מען זיך צוזאמען און דעמאלט האט מען די סחורות וואס מ'דארף האבן וכו איבער פארשידענע סיבות. וואס די אלע ענינים וואס פירן זיך אין וועלט קומט דאס מצד דערויף וואס דער וואס האט באשאפן די וועלט האט אויך געגעבן די תורה, און האט דארט אין דער תורה אנגעוויזן ווי אזוי מ'דארף טאן און ווען מ'דארף טאן און די פאסענדע צייטן, וואס דערפון קומט דערנאך אויך אראפ אין וועלטישע זאכן, על דרך ווי פון א אידן גיט מען כח און ס'ווערט פון אים פארלאנגט,
- proofread
- 0