עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-cwaywe4w

kind
paragraph
order
3s
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
בתחתונים, וואס אין תחתונים עצמם איז דאך פארשטאנדיק, אז גשמיות איז דער אמת'ער תחתון אפילו לגבי רוחניות וואס אין דעם זעלבן ארט, איז דערפון אויך פארשטאנדיק אויך דעם מנהג ישראל, אז איידער מ'פארט זיך פאנאנדער, לכאורה בגשמיות, אין פארשידענע ערטער, האט מען א ספעציעלע, ווי געלעכט, רגנהייטן א ספעציעלע השתדלות אויף נאכמער פארשטארקן דעם פארבונד פון יעדערן מיט אלע איבעריקע וואס האבן זיך צוזאמענגעטראפן, אז דערנאך, בשעת יעדערער וועט זיין אין זיין שליחות אין פארשידענע ערטער פון דער וועלט, זאל ער דארטן אויך האבן דעם סיוע די הילף פון אלע איבעריקע אידן וואס געפינען זיך במקומות שונים ובמיוחד אט די מיט וועלכע ער האט זיך געטראפן במשך פון א זמן, ובפלט נאך פון א זמן פון אן עת רצון, ווי דער זמן פון איצטער וואס איז דאך געווען פארבונדן מיט ימי הגאולה, י'ב'י'ג'תמוז, וואס דער בעל הגאולה האט זיך געשריבן אין זיין באוואוסטן בריוו, גלייך בשנה הראשונה, לאחרי הגאולה, אז לא עושה בלבד גלוי
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions