פסקה
פסקה rh-cw1dddkd
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-jsnfk3cq
- order
- j
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","checked":true}- content
- און כאמור נאכמערער, סיי באורך סיי ברוחב סיי בעומק, און מ'האט אין דערויף די הבטחה, אז מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה, על אחת כמה וכמה ווען אין דערויף איז אויך דא דער ענין פון יגעתו יגיעה אמיתית, און זיכער איז דאס נאכמערער מוסיף אין דעם ומצאתה אמיתית, ביז וואנענט אל תפרוש מן הציבור און מ'איז דאך כולל יעדערער, ווי מ'זאגט לפני התפילה בכל יום, אז מ'איז מקבל אויף זיך לקיים מצות-עשה של ואהבת לרעך כמוך, און אויך ווי דערמאנט אין די פריערדיקע התוועדות וואס דער אלטער רבי זאגט אין אגרת הידוע, אין דעם שיעור פון שמיני עצרת אין א שנה מעוברת, ווי אין היינטיקן יאר, אז אל תפרוש מן הציבור און ער לערנט תורה ברבים, און דערנאך ביז אין אן אופן עשרה שיושבים ועוסקים בתורה על אחת כמה וכמה די וואס לערנען תורה אויך ברבים, איז דאס נאכמערער מזרז דעם קיום הברכה וההבטחה פון נשיא דורנו, אז בשעת מ'איז מקיים עמדו הכן כולכם ווערט מקויים דער המשך הברכה, אז ס'ווערט אנגעפילט אלע כלים וואס מ'האט, בכל ענינים טובים, ובמיוחד אין טוב אלא תורה, ובמיוחד עץ החיים, וואס ס'איז כולו טוב, ווי ער זאגט אין אגרת הקודש, וואס דאס איז דאך דער לימוד פנימיות התורה, כמבואר שם בארוכה.
- proofread
- 1