Paragraph
Paragraph rh-ct10azyh
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-pp8heywx
- order
- LZ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- האט דאס געדארפט לערנען פון די דברי חכמה פון די יבנים, און דערנאך איז דערפון געווארן דער ענין החשבון, ווי ער האט דאס אראפגעבראכט און אריינגעשטעלט, און ס'איז געווארן הלכות הלכות אין ספרי הרמב,"ם, אין די פרקים וואו ס'רעדט זיך וועגן עיבור השנים, און ס'רעדט זיך אויך וועגן קידוש החדשים, וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך דער אויפטו פון דעם ראש השנה, אז דאס איז א יאר פון שנת העיבור, איז דער גאנצער יאר עיבור, ניט נאר בסקונדער אדער ווי אדער, נאר דאס איז גלייך פון דעם ערשטע רגע פון דעם יאר ווייס מען שוין, אז דאס איז דער גאנצער יאר א שנת העיבור, און כל עניניו האבן זיכער די אלע מעדות וואס ס'האט דער שנת העיבור. און ניט סתם זכותם של ישראל, נאר גדלות פון אידן און חשיבות פון אידן, ביז וואנענט אז כביכול דער אויבערשטער זאגט זיי, אז ער האט געהייסן די לבנה ממעט זיין, און זי האט דאס אזוי געטאן, און ער האט געמאכט אז שנת הלבנה איז ווייניקער פון שנת החמה וכו הייסט ער דערנאך אידן, און דערנאך זאל דאס ווערן דוקא כזה רוב וקדש איז דאס תלוי, און קידוש בית-דין, ועד כדי כך אפילו אתם אפילו מזידים כאמור לעיל, האבן אידן דעם תוקף, דערפאר וואס זיי האבן די חשיבות, דערפאר וואס זייער מקור ושורש איז העכער נאך פון אלע ענינים, וואס דארט איז דא מקור ושורש אויף זמן ומקום וכל הענינים, ביז אז ישראל וקודשא בריך הוא ובפרט נאך אז ס'קומט אויך אין אן ענין של אורייתא לפני זה אדער לאחרי זה אדער באמצע, כמדובר כמה פעמים, ווערט דאס חד הוא ממש.
- proofread
- 0