Paragraph
Paragraph rh-cq7je1en
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-q3v37c04
- order
- 4
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- בהוספה אין צוגאב וואס ס'איז גערעדט געווארן צו דער פריערדיקער קבוצה, וואס אין דערויף זיינען דאך נכלל איר אויך, און אידן בכלל, ווארום דאס איז דאך ברכות כלליות פארבונדן מיט מתן-תורה, וואס זי איז דאך געגעבן געווארן צו יעדער אידן און צו אלע אידן עד סוף כל הדורות, און די ברכות זיינען דאך אויך גענומען פון תורה וואס אין תורה איז אויך מדגיש, אז תורה אחת לכולנה איז דאך אויך דא ברכות מיוחדות אין צוזאמענהאנג מיט מאורעות מיוחדים, על דרך זה אויך בנוגע צו דער קבוצה וואס דאס איז פארבונדן מיט בר-מצוה אדער בת-מצוות, זיי האבן דאך א מאורע מיוחד איין מאל אין זייער לעבן וואס זיי דערגרייכן דעם גיל, וואס דעמאלט ווערט מען א מחוייב און נאך ריכטיקער א זכאי אין תורה ומצוותי און נאך מערער, וואס רצוא הקבוש ברוך הוא לזכת את ישראל הרבה להם תורה ומצוותי האט דער אויבערשטער געגעבן יעדערן פון אייך, און יעדערן פון אונז און גאנץ ישראל, א ריבוי תורה ומצוות, כדי ס'זאל זיין א ריבוי זכיות, איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'איז דא ברכות מיוחדות מיט א מאורע מיוחד, און ס'איז אויך פארשטאנדיק, אז ס'האט א הדגשה מיוחדה ווען מ'טרעפט זיך אין די ימים הסמוכים צו חג השבועות מאן מתן תורתנו, וואס בא מתן תורה זיינען דאך יעדער איד און אלע אידן עד סוף כל הדורות געווארן מחוייב און באקומען תורה ומצוותי בתוקמא ווי דערנאך איז דאס אין חיים הפרטיים פון יעדער אידן, א בת-מצוה אדער בר-מצוה, אז ס'קומט אט דער זמן ווערט דאס נאך מערער, בהדגשה ובגלוי, דער גליק וואס דער אויבערשטער האט געגעבן תורה ומצוותי וואס ווערן אנגערופן בשם מצוות על שם לשון צוותא וחיבור, אז דורך דערויף
- proofread
- 0