עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-ckjhtdp7

kind
paragraph
order
CO
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ובפרט נאך על פי המבואר, אז חמשה עשר בכלל האט דאך א צד השוה וואס דאס איז קיימא סיהרא באשלמותא, וואס דאס גייט דאך אויף די אידן וואס דומם ללבנה און מונין ללבנה, אז דאס ברענגט ארויס די שלימות פון יעדער אידן אלס א יחיד, און אויך די שלימות אלס א כלל, כלל ישראל, איז דאך דאך פארשטאנדיק ביתר שאת ויתר עוז בכל ענינים אלו. על פי תורת הבעל שם טוב, אז יעדער ענין איז בהשגחה פרטית, און יעדער ענין דארף א איד אפלערנען אן ענין וואס איז נוגע לתכלית הבריאה שלו, וואס דאס איז לשרת את קונו, ווי אזוי ער זאל דאס אויסנוצן אויף דינען דעם אויבערשטן בתכלית הבריאה שלו, וואס דאס איז דאך די פנימיות און דער אפטייטש פון דעם דברי הלכת הרמב,"ם האמורו, אז יעדער ענין איז אין תורה איז לישר הלבבות, מיט דער הוספה אז דאס איז יעדער ענין אין וועלט, אויב דאס איז אן ענין אין וועלט וואס קומט אין פארבינדונג אדער ווערט געבראכט אין פארבינדונג מיט א אידן.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions