פסקה
פסקה rh-cegbgds9
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-9azzjrd3
- order
- QZ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- התשובה, אז אף על פי וואס מ'זאגט אז ס'איז דאך דא אין וועלט עצמה א ריבוי דרגות, ביז דער עליון שבעליונים ביז תחתון שבתחתונים, דערנאך איז נאך דא למטה מן העולם דער ענין הפכי פון עולם, וואס דאס איז דער ענין פון כהנים האט אויפגעטאן בני קרח און ס'איז געווארן א סיפור און א הוראה אין תורת אמת און תורת חיים, אז מקום נתבצר להם אין גהנים, וואס דאס איז נאך נידעריקער פון פתחי של גהנים, וואס פתחי של גהנים איז דאך אויך למטה מן העולם, און אף על פי כן זאגט מען, אז די וואס טויגן ניט איז אין חוזרין בתשובה, אפילו על פתחי של גהנים זאגט אט דער מזמור, און דאס ווערט א חלק פון תורת חיים און תורת אמת, אז לבני קרח ווערט דאס א הוראה אין התורה היא נצחית, א הוראה נצחית צו יעדער אידן, האנשים והנשים והטף בפשטות, אנכי האנשים והנשים והטף מצד מעשיהם ועבודתם מצד מצבן ברוחניות, ווערט בא זיי די הוראה, אז זיי שטייען אין א מעמד פון א מצב פון לבני קרח, אז אין גהנים עצמו און אין א מעמד ומצב וואס ביי אנדערע איז דאס ניט געהאלפן, אפילו ביי אביהם האט דאס אבער געהאלפן דוקא בא דעם דור אחרון, בא בנים, וואס דאס איז והשיב לב אבות על בנים און ס'ווערט א הוראה גלוי מיט א לשון צחה וברורה, לויט דעם פירוש פון מדרשי רזר ווערט די הוראה אז מ'איז אין א מעמד ומצב פון לבני קרח, אז ניט קוקנדיק אויפן מעמד ומצב פון חושך כפול ומכופל בדוגמת הגהנים, איז אט דארטן ווערט נתבצר להם מקום אין גדרי המקום במילא והזמן, איז ניט נאר זיי האבן דארט אן ארט, נאר דער ארט-זייערער ווערט אין אן אופן פון נתבצר, ווי אן עיר בצורה,
- proofread
- 0